בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו העלפסט דיין ווייב וכו'.
איך בעט דיר טייערער .. נרו יאיר, נעם אן דאס וואס איך האב דיר געשריבן אינעם פריערדיגן בריוו (ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט) אויף א שיינעם וועג; איך וויל נאר דיין טובה. דאס אלעס וואס דו האסט מיר דערציילט ווי דו ביסט גוט צו דיין ווייב וכו' וכו' דאס אלעס שרייבט דיין ווייב אינעם בריוו, זי זאגט אליינס אז דו ביסט זייער גוט צו איר. סך הכל האט זי געוואלט וויסן וואס איך האלט וועגן אוועק גיין פון שטוב ליל שישי וכו' און אויך וועגן איבער לאזן די שטוב פאר א חודש צייט צו קומען קיין אמעריקע קלייבן געלט; דערויף האב איך דיר געשריבן אז דו זאלסט זיך נישט איינרעדן אז אין אמעריקע וואלגערט זיך געלט אין די גאסן וכו' און דו זאלסט נישט קומען צו מיר אויב דו לאזט איבער דיין ווייב.
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך אזוי באליידיגט פונעם בריוו; שלמה המלך זאגט (משלי כז, ה): "טוֹבָה תּוֹכַחַת מְגֻלָּה", עס איז גוט פארן מענטש צו הערן מוסר, אפילו עס ווערט געזאגט ברבים און ער ווערט פארשעמט, ווייל אזוי ווייסט מען וואס מען האט צו טון, "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת" - אויב קומט דאס פון א טיפע ליבשאפט; אז איך שרייב דיר ווי אזוי זיך צו פירן איז דאס נאר ווייל איך האב דיר ליב און איך וויל דיין טובה. דו ווייסט וויפיל זאכן ליגן אויף מיר צו טון? קוים וואס איך האב צייט צו עסן און צו שלאפן, דערפאר אז איך נעם די צייט און מיה דיר צו שרייבן איז דאס: "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת".
ווען איך האב זוכה געווען צו קומען צו מוהרא"ש האב איך געזען א נייע פלאץ פאר מיינע אויגן; א פלאץ פון 'הלכה למעשה'. מען דארף טון און מען דארף פאלגן; עס איז נישט סתם ווי די נוסח גייט אין ברסלב פיר און צוואנציג שעה: "שטארק דיר!" "שטארק דיר!" מיט גארנישט; מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לאזט די ווייב ווערן צעפליקט אין שטוב מיט די פיצלעך קינדער און מען קלאפט זיך איינער דעם אנדערן אין רוקן: "שטארק דיר!" ביי מוהרא"ש האב איך געזען א פלאץ פון דיסציפלין אזוי ווי ביי אלע צדיקי אמת, עס איז דא א אימה ויראה, עס איז דא כבוד רבו, אן קיין ליצנות אן קיין חכמות. ביים שיעור איז שא שטיל, אז איינער זיצט נישט מיט דרך ארץ שטעלט מען אים גלייך אפ.
עס זענען געווען מענטשן וואס זענען אוועק געלאפן פאר שרעק, עס זענען געווען וואס האבן געזאגט אז מען באליידיגט וכו'; וואס באמת הייסט דאס דען באליידיגט? פארוואזשע קומט מען צו א רבי, אז ער זאל שמייכלען און זאגן: "גיי אן מיט דיין 'גארנישט'"?! מען קומט דאך צו א רבי ער זאל זאגן וואס מען זאל טון, תכלית! וואס וויל ער דען פון מיר?! נאר אז איך זאל אהיים גיין און רעדן מיט מיין ווייב, איך זאל פארברענגען מיט מיינע קינדער וכו' דאס האט מיר זייער געכאפט.
דו דערמאנסט מיך א מעשה, מיט יארן צוריק האט מיר איינער דערציילט אז ער האט געטראפן איינעם אין אומאן און ער האט אים דערציילט פון מוהרא"ש, רופט זיך אן דער אינגערמאן: "איך בין אויך געווען ביי מוהרא"ש, אבער איך בין אוועק געגאנגען ווייל מוהרא"ש האט מיר פארשעמט", פרעגט יענער: "וואס האט מוהרא"ש דיר פארשעמט?" זאגט דער אינגערמאן: "איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב מסיים געווען ששה סדרי משנה; אנשטאט מוהרא"ש זאל מאכן פון מיר א טראסק האט מהרא"ש מיר געזאגט: 'זיי ממשיך'", האט אים יענער געענטפערט: "מוהרא"ש פארשעמט מיר שוין עטליכע צוואנציג יאר; ברוך ה' יעדן חודש זאג איך אים מיינע סיומים און ער זאגט מיר: 'זיי ממשיך'".
איך האב דיר ליב, איך וויל סך הכל אז דיין ווייב זאל בלייבן מיט געזונטע נערוון; אז דו וועסט זיצן אינדרויסן פון שטוב 'ליל שישי' און אהיים קומען פרייטאג פארטאגס נאך ותיקין וועט דיין ווייב זיין זייער אנגעשטרענגט און די גאנצע שבת וועט זיין צעשטערט. דו ווייסט אז פרייטאג איז א שווערערע טאג ווי סיי וועלכע אנדערע טאג אינמיטן די וואך; א גאנצע וואך איז דא א סדר פאר די קינדער, ווען זיי קומען אהיים עסן זיי און נאכדעם גייען זיי שלאפן. אבער פרייטאג דארף מען אנגרייטן דעם שבת בשעת די קינדער טאנצן ארום אונטער די מאמעס פיס, דו ליגסט אין בעט און דיין ווייב דארף אכטונג געבן אז דו זאלסט זיך נישט אויפוועקן, ווערט זי איבערגעשטרענגט און עס פלאצט אויס שבת; סך הכל האב איך דיר געשריבן אז דו זאלסט נישט ארויס גיין פון שטוב 'ליל שישי' וכו' כדי דו זאלסט האבן א פרייליכע שבת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.