בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
פארוואס זאלט איר נישט זאגן אייער טאטע שליט"א אז איינער פון די שטוב מענטשן מוטשען אייך? אייער טאטע איז גאר א חשוב'ער איד, ער וועט גלייך מאכן סדר. טוט וואס שטייט אין די תורה (דברים כב, כז): "צָעֲקָה הַנַּעֲרָה", און עס וועט זיין א מושיע פאר אייך; פארוואס זאלט איר נישט שרייען אז איינער לויפט אייך נאך?
זייט פעלזן פעסט, האט נישט מורא פון קיינעם; אויב דער בחור וויל אייך נאר אנרירן זאלט איר שרייען אויף אים ער זאל אייך אפלאזן, בלייבט נישט שטיל און ווערט נישט פארגליווערט ווען ער קומט צו אייך, זייט שטארק מיט זיך, און אז ער פארשטייט נישט די שפראך זאלט איר נוצן די שפראך פון פאליציי, אן קיין שום רחמנות. געדענקט (סנהדרין עב.): "הַבָּא לְהָרְגְךְ", אז איינער וויל אייך הרג'ענען, "הַשְׁכֵּם לְהָרְגוֹ", זאלט איר אים קודם הרג'ענען; דאס איז אפילו בגוף, כל שכן ווען איינער וויל הרג'ענען אייער גוף ונשמה - איז דאך זיכער איר זאלט אים קודם הרג'נען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה כא, ד): "גָדוֹל הַמַּחְטִיאוֹ יוֹתֵר מִן הַהָרְגוֹ", ווען איינער מאכט זינדיגן איז דאס ערגער פון הרג'ענען.
איך האב געבעטן מרת ... תחי' זי זאל אייך העלפן; זי וועט רעדן מיט אייך, זי וועט אייך שטארקן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.