בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לאזט אייער מאמע ארויסגעבן אירע ווייטאגן
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ו שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וואס צו טון מיט אייער מאמע תחי', זי רעדט זיך זייער אסאך אויס צו אייך און אסאך מאל הייבט זי אן וויינען פון וואס עס גייט אריבער אויף איר; זי רעדט אסאך קעגן אייער טאטע און עס שטערט אייך זייער, איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר ווערט זייער צעבראכן ווען איר טראכט דערפון, איר פרעגט אויב איר זאלט ווייטער רעדן מיט איר.


איר זענט נישט די ערשטע מיט דעם פראבלעם און נישט די לעצטע, יעדע צווייטע מענטש האט די פראגע. ווייל ווען מען פארעלטערט זיך הייבט זיך אן א נייע פרשה, ווען מען מאכט חתונה די קינדער דעמאלט קומט ארויס דעם אמת פון לעבן; אויב האט מען געלעבט אין די יונגע יארן שיין און זיס ווערט דעמאלט נאך שענער און נאך זיסער. אויב אבער אין די יונגע יארן האט מען נישט געהאט אמת'ע שלום בית, מען האט געלעבט פאר אנדערע, מען איז געקומען, געגאנגען און געפארן וכו' וכו', דעמאלט ווען מען פארעלטערט זיך, ווען עס גייט זיך שוין נישט, עס קומט זיך שוין נישט און עס פארט זיך שוין נישט - דעמאלט הייבן זיך דאס פארפאלק אן צו קריגן השם ישמרינו.


אוודאי זאלט איר רעדן מיט איר, ערשט יעצט ווען זי גייט אזויפיל אריבער, זאלט איר אויפהייבן דעם טעלעפאן ווען זי רופט און איר מחזק זיין.


די גרעסטע מצוה איז העלפן א מאמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; עס וועט אייך צוריקקומען ביי אייערע קינדער. אייערע קינדער וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן אייך מחזק זיין; ווייל אזוי ווי א מענטש פירט זיך מיט זיינע עלטערן, אזוי וועלן זיינע קינדער זיך פירן מיט אים.


לאזט איר רעדן, לאזט איר ארויסגעבן אירע ווייטאגן און נאכדעם זאלט איר איבערנעמען דאס ווארט, איר זאלט אנהייבן דערציילן פון די אייניקלעך, דערציילט איר זיסע זאכן פון אייערע קינדער; דאס וועט איר מחי' זיין. דערציילט איר פון אייער לעבן, ווי גליקליך איר זענט, ווי שיין איר לעבט; דאס וועט איר געבן פרישע כוחות.


פון צייט צו צייט זאלט איר זי גיין באזוכן און איר זאלט איר רופן צו אייך אין שטוב; וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס דער אייבערשטער בענטשט.