בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לוינט זיך צו האבן א טעלעפאן אדער טעבלעט?
טעלעפאן, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט וכו'.


יעצט פסח ווען מען רוימט אויס די חמץ און ווען יעדער איד גייט ארויס פון מצרים ביים ליל הסדר, און אזוי אויך במשך דעם גאנצן יום טוב, און אויך שביעי של פסח ווען מען גייט אריבער דעם ים סוף - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך היטן פון שלעכטס; דיך, דיין ווייב און דיינע קינדער, אלע זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. די נסיון פון די היינטיגע דור איז טעכנאלאגיע, די קליינע טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכו', דאס איז די נסיון, דאס האלט צוריק דעם מענטש פון אלע הייליגקייטן און פון ווערן נאנט צום אייבערשטן.


ענדערש זאל א מענטש עסן טריקענע שווארצע ברויט און זיין אפגעהיטן פון עבירות און האבן ריינע אויגן, ריינע מח, ריינע אויערן, ווי איידער האבן א פרנסה וואס מען דארף האבן דעם טעלעפאן און זען טאג און נאכט ליצנות, און עבירות, השם ישמרינו.


בעט דעם אייבערשטן זאל דיר ווייזן א וועג אין לעבן ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד; מיט תפילה וועסטו אנקומען גאר ווייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.