בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וויסן זאלט איר, אזוי ווי עס איז דא א מצוה אין די תורה (ויקרא יט, יח): "ואהבת לרעך כמוך", ליב צו האבן א צווייטן איד, אזוי אויך איז די מצוה זיך אליין ליב צו האבן, און אזוי ווי עס איז דא א לאו אין די תורה נישט פיינט האבן א צווייטן איד (שם, יז), אזוי אויך טאר מען זיך אליין נישט פיינט האבן; עס טוט וויי פארן אייבערשטן ווען מען האט זיך אליין פיינט, דאס איז נישט קיין גוטע זאך, דאס קומט פון די קליפות און פון די סטרא אחרא.
דעריבער זאלט איר פון היינט אן זיך ליב האבן, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך מיר מיינע געפילן, מיינע מחשבות – זאלן זיין געזונט, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל זיך קענען דערליידן, ראטעווע מיך פון די קליפות און סטרא אחרא וואס ווילן מיך פארציקן און שלעכט מאכן, העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן סלה".
קומענדיגע וואך איז חנוכה, פרויען זענען אויך מחויב מיט חנוכה, און ווען אייער מאן צינדט די לעכט זאלט איר נישט טון קיין מלאכות, זיצט מיט די קינדער און זאגט לויב ווערטער צום אייבערשטן, דאנקט אים און לויבט אים פאר אייער מאן און קינדער, חנוכה איז א צייט פון נאר לויבן און דאנקען, נאר פרייליך, ארויס מיט די עצבות ומרה שחורה.