בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ...
די מחשבות וואס שטורעמען אין מח, אז מען קען נישט תשובה טון, מען איז שוין א פארפאלענער, און כאילו דער אייבערשטער דארף מיך מער נישט וכו' וכו'; די מחשבות לאזן נישט דעם מענטש קומען צו ווערן א צדיק, די מחשבות זענען אזוי געפערליך, עס טוט דערווייטערן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.
איך האב געזען אין אשר בנחל, מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט אין די ערשטע אות פון ספר המדות: "מִי שֶׁרוֹצֶה לְדַבֵּק אֶת עַצְמוֹ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס וויל זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַד שֶׁיֵּלֵךְ בְּמַחֲשַׁבְתּוֹ מֵהֵיכָל אֶל הֵיכָל", און ער זאל גיין מיט זיין מח מחשבה פון איין פאלאץ צו א העכערע פאלאץ, "וְיִרְאֶה אֶת הַהֵיכָלוֹת בְּעֵינֵי הַשֵּׂכֶל", און זוכה זיין צו זען די היכלות מיט זיינע אויגן, "יִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ", זאל ער זיך אפהיטן, "מִלּוֹמַר שֶׁקֶר אֲפִלּוּ בְּטָעוּת", פון זאגן ליגנט אפילו בטעות; זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען די ליגנט פון טראכטן אז דער אייבערשטער דארף מיך נישט, איך בין שוין פארפאלן, דאס פארשטעלט דאס ווערן נאנט צום אייבערשטן; די שקר מיינט דער רבי, והבן למעשה.