בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ליין איבער דעם בריוו מיט א שיינעם טאן, וועסטו זען גאר עפעס אנדערש
בריוו, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ו שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געשריבן א בריוו פאר דיין ווייב תחי', אין מיינע אויגן איז דאס זייער א שיינע בריוו; איך הער אז זי האט עס אנגענומען כאילו איך וויל ענק אוועקשטופן וכו' וכו'.


בעט איך דיר זייער, נעם נאכאמאל דעם בריוו און ליין עס צוזאמען מיט דיין ווייב מיט א שיינעם טאן, וועסטו זען גאר עפעס אנדערש, דו וועסט זען נאר רחמנות.


איך האב זייער אסאך מאל וואס מענטשן האבן טענות אויף די בריוו, עס איז שארפע בריוו וכו' וכו'; אין אמת'ן איז דאס נאר רחמנות, נאר פאר די טובה פון אייך, מען דארף דאס ליינען מיט רחמנות און געבעט.


די וועלט דערציילט, אמאל איז געקומען א איד צום רב זיך אפרעדנדיג מיט כעס: "קוקט א בריוו וואס מיין זון שרייבט מיר פון ישיבה; א חצוף מחוצף, דער רב זאל קוקן וואס ער שרייבט", דער איד ליינט פאר דעם בריוו מיט קולי קולות: "ער שרייבט מיר מיט חוצפה 'טאטע שיק מיר הויזן...!' איך בין זיין משרת? איך בין זיין קנעכט? - טאטע שיק מיר הויזן?! אזוי שרייבט מען?!" דער איד האט געשוימט פאר כעס, "בָּנִים גִּדַּלְתִּי וְהֵם פָּשְׁעוּ בִי!"


דער רב זאגט אים: "בארואיגט אייך, קוק אריין די זיסע ווערטער וואס דיין זון בעט זיך מיט אזויפיל הכנעה, מיט אזויפיל דרך ארץ"; דער רב שמייכלט און זאגט די ווערטער זיס און ווייך: "'טאטע שיק מיר הויזן', דיין זון בעט זיך אזוי הכנעה'דיג, טאטע האב רחמנות אויף מיר, איך האב נישט קיין הויזן, ביטע שיק מיר הויזן"; האט דער איד געזען אז דער חסרון איז מצדו.


ביי מיר זענט איר זייער באליבט; איך האב אייך ליב און איך שרייב אייך בריוו מיט רחמנות און געפיל, איר דארפט דאס ליינען מיט הארץ און געפיל - וועט איר נאר ווערן מחוזק דערפון.