בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ליין די בריוו, וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן
בריוו, עצתו אמונה, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אמאל פלעגסטו מיר זאגן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט יעדע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות; דו האסט געלעבט, ביסט געווען פריש, פול מיט חיות, יעצט זע איך אז דו ליינסט מער נישט די בריוו.


אויב דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, דו ווילסט האבן א חיות אין לעבן, דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן מיט יעדע פרט ופרט; מיט די ווייב, מיט די עלטערן, מיט קינדער, מיט זיך אליינס וכו' וכו' - זאלסטו לערנען די בריוו.


איך האב שוין נישט קיין צייט צו רעדן פריוואט מיט מענטשן; איך האב אזויפיל ארבעט וואס ליגט אויף מיר אז איך קען נישט מאכן צייט צו רעדן פערזענליך מיט יעדן איינעם. איך שרייב יעדע וואך מיט'ן הילף פונעם אייבערשטן פאר מיינע תלמידים ותלמידות א גאנצע קונטרס פון שיינע בריוו, דארט קענסטו זען ווי אזוי זיך צו פירן; איך שמועס מיט מיינע תלמידים דורך די בריוו, דאס איז מיין וועג אין די טעג צו רעדן מיט מיינע תלמידים.


איך האף אז דו וועסט שמועסן מיט מיר יעדן טאג; דו וועסט ליינען די בריוו, דו וועסט מיר פרעגן די שאלות פון די בריוו און הערן וואס איך ענטפער דיר.


איך האב דיר זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.