בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמארטפאון, עס איז נישט גוט פאר אייך צו האבן א סמארטפאון; איר האט ליכטיגע קינדער, איר טארט עס נישט טון פאר זיי.
איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע נסיון, איינמאל מען האט דאס און מען איז צוגעקלעבט צו דעם וכו', מיט חבר'טעס וכו' - איז זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער גלייבט מיר, דאס איז נאר ווילאנג מען האט דאס, די רגע וואס מען ווארפט אוועק די טעלעפאן - ווערט מען א באפרייטער מענטש.
איך געדענק נאך יארן צוריק ווען איר זענט געווען אזוי שטארק, איר האט געהאט שטארקע פרינציפן נישט אריין צו נעמען אין שטוב א לעפטאפ וכו'; לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמ'טעלעפאון.
אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין אויב די חבר'טעס וואס איר האט וכו' - זענען גוט פאר אייך, אויב עס ברענגט אייך צו זיין א בעסערע מאמע, א בעסערע ווייב; נאר מיט התבודדות ווייסט מען אויב מען גייט אויף א גוטע וועג.
דער אייבערשטער זאל אייך געבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.