בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#108 - אז א מאמע וויל ריינע קינדער, דארף זי אויך זיין ריין
חינוך הילדים, סמארטפאון, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב אייך געשריבן ערב ראש השנה א בריוו, חיזוק אויף נישט האבן א טעלעפאן, איך ווארט צו הערן ווי אזוי איר האט עס אנגענומען.


אייערע קינדערלעך זענען אזוי ליכטיג, הייליג און ריין, און אז זיי זאלן ווייטער אויסוואקסן ריין דארף די מאמע אויך זיין ריין. ווען קינדער זענען קליין זעט מען נישט אן דעם אמת וואס וועט זיין מיט זיי שפעטער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סג, י) ווען קינדער ווערן בחורים, דעמאלט הויבט זיך אן די שייד וועג, יעקב איז געגאנגען צו די תורה, און עשיו צו די טומאה רחמנא לצלן; און אז א מאמע וויל די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און ריין - דארף זי אויך זיין ריין.


איך האב אן אינטערעס אז איר זאלט נישט האבן קיין סמארטפאון, די אינטערעס איז אז עס זאל זיך ציען ערליכע דורות ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - לערן און חזר הלכות טהרה אן א שיעור מאל
אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, ערב ראש חודש מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער, החתן ... נרו יאיר


לערן און חזר די הלכות טהרה אן א שיעור מאל, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט איבער טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר דארפן חזר'ן די הלכות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט דורות ישרים ומבורכים, אמן.


פון דיין ראש ישיבה.



 

#106 - ווען די פרוי טראכט גוט, ווערט דער מאן בעסער און פרייליכער
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס אז אייער מאן שטייט אויף שפעט - האט נישט מיט אייך, דאס טאר נישט מאכן איר זאלט אים אראפקוקן; מען קען האבן א גאר גוטע לעבן אפילו מען שטייט נישט אויף פרי.


איר מיט אייער חכמת נשים - קענט אים העלפן ארויסגיין פון זיין דעפרעסיע און אים מאכן פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן; וואס איז די בינה יתירה? ארויפקוקן און געבן א גוטע געפיל, אים מאכן שפירן ווי ער איז יא ווערד; דאס ארבעט וואונדערליך, ווי נאר די פרוי הויבט אן קוקן גוט, ווי נאר די פרוי הויבט אן טראכטן גוט - ווערט דער מאן אויפן מינוט בעסער און פרייליכער.


פרעגט אים אויב ער וויל איר זאלט אים העלפן אויפשטיין, אים וועקן; נאר אויב ער וויל, און נאר אים צו מאכן פרייליך, און מיט גוט קוקן און מיט האלטן טייער - קען מען טוישן דעם מאן פון איין עקסטרעם ביזן אנדערן.


זעט אין שטוב זאל זיין פרייליך, עס זאל גיין פרייליכע מוזיק, און עס זאל זיין צאמגענומען די שטוב, ווייל שמחה איז די שליסל פאר הצלחה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - אז דער דיין האט גע'פסק'נט, זאל מען נישט איבערטראכטן
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איינמאל מען האט געפרעגט דעם דיין און דער דיין האט גע'פסק'נט - איז אזוי די הלכה; נישטא וואס צו איבער טראכטן, בפרט אין די הלכות פון א ריינע שטוב וכו'; אז דער דיין האט גע'פסק'נט איז אזוי די הלכה און אזוי דארף מען זיך פירן, און אז מען טראכט איבער - איז דאס נישט פון ערליכקייט.


דאס איבער טראכטן - איז מעשה יצר הרע, עס איז א גרויסע סכנה, עס קומט נישט פון צד הקדושה. דער רבי זאגט (עיין בשיחות בסוף סיפורי מעשיות), די וויכטיגסטע זאך צו זוכה זיין צו זיין ערליך און הייליג איז "נישט איבער טראכטן", נאך זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה): "וְעִקָּר, לִשְׁמֹר מֹחוֹ שֶׁלֹּא יַחְמִיץ", מען דארף היטן די מח פון ווערן זויער, וואס דאס איז "סִטְרָא דְּמוֹתָא", א טויטע לעבן, "כִּדְאִיתָא", אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק "'מַחְמֶצֶת', תַּמָּן סִטְרָא דְמוֹתָא", דאס איז די אנדערע זייט פון די קדושה, דאס איז טויט; אז מען טראכט איבער נאכן פרעגן - איז דאס נישט קיין לעבן.


פון היינט און ווייטער ווען איר האט א שאלה זאלט איר פרעגן אייער דיין, און ווען דער דיין ענטפערט - זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט א איד און איר פרעגט און פאלגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער
אידישע שטוב, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


געב אכטונג דיינע טעכטער זאלן ליינען נאר ערליכע ביכער וואס האבן הסכמות פון ערליכע רבנים. האסט נישט קיין השגה וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער, צדיקים האבן געזאגט ביכ"ל איז די ראשי תיבות כ'ל ב'איה ל'א י'שובון, עס גייט אריין די מיינונג פון די שרייבער, און אז זיין מיינונג איז פארדארבן - ווערט דער ליינער פארדארבן, און אז דער שרייבער איז אן אפיקורס - ווערט דער ליינער אן אפיקורס, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט ארייננעמען ביכער וואס מען ווייסט נישט ווער דער שרייבער איז.


ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז נישט געווען קיין ביכער, און אזוי אויך ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין ביכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון?
תפילות אויף אידיש, שלום בית, טעלעפאן, אידישע שטוב, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב האט זי געזאגט אז זי וויל זיך אויך קויפן א סמ'טעלעפאון, פארוואס נאר דו מעגסט? זי וויל אויך, איך האב נישט געוואלט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער יעצט זאג איך דיר, וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון? זי וועט נישט טוישן די קינדער, זי וועט נישט באדן די קינדער, זי וועט נאכלאזן פון פירן א געהעריגע ווירטשאפט, איז וואס וועסטו טון...


איז כדאי אז דו אליין זאלסט אפלאזן די סמ'טעלעפאון און האבן א געזונטע ערליכע שטוב.


איך ווייס עס איז נישט גרינג, איינמאל מען האט זיך צוגעוואוינט צו דעם סמ'טעלעפאון - איז נישט קיין גרינגע זאך דאס אפצולאזן, זאלסטו גיין יעדן טאג א שפאציר און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון מיט די סמ'טעלעפאון? איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס מאכט מיר פארלירן די אויגן, און אזויפיל ליצנות; העלף מיר, געב מיר כח צו זיין ערליך און שטארק מיט דיר".


לכבוד דעם נייעם יאר נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביי קדיש, קדושה און חזרת הש"ץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - די סמ'טעלעפאון קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב
חברים, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטערט מיר און עס שטערט אויך אנדערע ווען מען קומט זיך צוזאמען צו די פרויען צאמקום, מען הערט שיינע חיזוק ווי אזוי מוהרא"ש און אלע צדיקים לערנען ווי א אידישע שטוב זאל זיך פירן, אז א אידישע מאמע זאל נישט האבן קיין סמארט-טעלעפאון; וואלט ווען געווען דרך ארץ'דיג אז מען זאל כאטשיג נישט ארויסנעמען גלייך נאכן שיעור און ביים שיעור די סמ'טעלעפאון, און זיכער נישט זיך צאמזעצן מיט אפאר פרויען מיט סמ'טעלעפאונס, עס קען זיך אנזען פאר אנדערע פרויען ווי מען גרינגשעצט אין די דיבורים.


וואס מען טוט אין שטוב איז איין זאך, און אודאי ווען מען האט די שווערע נסיון פון זיך אפגעוואוינען פון די סמ'טעלעפאון וואס קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב, און אפילו נאכן הערן דרשות ווארפט זיך עס נישט אזוי גרינג אוועק, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א ריינע שטוב געבויט אויף יראת שמים, אבער ביי א צאמקום, און אודאי ווען מען האט יעצט גערעדט חיזוק מיט אזויפיל יראת שמים, אז די סמ'טעלעפאון שטערט פון האבן אמת'ע ליבשאפט, די סמ'טעלעפאון שטערט פון זיין א וואוילע פרוי, אן איבערגעגעבענע מאמע, און אז נאכן שיעור נעמט מען ארויס די טעלעפאונס - טוט מיר דאס וויי, עס קען זיך אויסזען ווי מען גרינגשעצט אין די צאמקום.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט אננעמען די בריוו פאזיטיוו, נישט ווי איך וויל מוסר זאגן, אדער צעקלאפן, אדער חס ושלום אוועק שטופן פון היכל הקודש, איך שרייב עס נאר ווייל איך ווייס איר מיינט נישט קיין שלעכטס, איר כאפט נישט וואס איר טוט.


יעצט קומט א נייע יאר, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין הייליג, איך וויל פאלגן צדיקים, איך וויל האבן גוטע פרענדס, איך וויל האבן א שיינע שטוב מיט אמת'ע שלום בית", עס איז דא שטיבער וואס האבן אפשר שלום בית, אבער עס איז דא אמת'ע שלום בית, אמת'ע ליבשאפט; דאס איז נאר ווען מען האט יראת שמים, מען האט תמימות, און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#100 - איר האט ליכטיגע קינדער, ווארפט אוועק די סמארטפאון פאר זיי
חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמארטפאון, עס איז נישט גוט פאר אייך צו האבן א סמארטפאון; איר האט ליכטיגע קינדער, איר טארט עס נישט טון פאר זיי.


איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע נסיון, איינמאל מען האט דאס און מען איז צוגעקלעבט צו דעם וכו', מיט חבר'טעס וכו' - איז זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער גלייבט מיר, דאס איז נאר ווילאנג מען האט דאס, די רגע וואס מען ווארפט אוועק די טעלעפאן - ווערט מען א באפרייטער מענטש.


איך געדענק נאך יארן צוריק ווען איר זענט געווען אזוי שטארק, איר האט געהאט שטארקע פרינציפן נישט אריין צו נעמען אין שטוב א לעפטאפ וכו'; לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמ'טעלעפאון.


אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין אויב די חבר'טעס וואס איר האט וכו' - זענען גוט פאר אייך, אויב עס ברענגט אייך צו זיין א בעסערע מאמע, א בעסערע ווייב; נאר מיט התבודדות ווייסט מען אויב מען גייט אויף א גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#99 - ווארפט אוועק אייער סמ' טעלעפאן און גייט צוריק צו אייער מאן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


אייער מאן האט מיר נעכטן געשריבן א בריוו אז ענק לעבן נישט אינאיינעם וכו', און ווי שווער עס איז אים וכו' וכו'.


איך האב אזוי רחמנות אויף אייער מאן נרו יאיר, איך האלט נישט אויס זיין צער. ער שרייבט אינעם בריוו אז איר זאגט אים "קענסט זיך גט'ן" וכו', ער איז אזוי צעבראכן.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט יא צוריק לעבן מיט אייער מאן, איר האט אזא טייערער מאן, ער איז אזא גוטער מענטש, ער איז פול מיט חן, דער פראבלעם איז אז איר קוקט שמוציגע ווידיאס פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים, דאס מאכט אייך בעצבות ומרה שחורה.


טייערע ..., איך ווייס אז איר זענט א גוטע און איר האט א הייליגע נשמה, און אז איר ווילט באמת זיין גוט און וואויל, עס איז נאר אז די קליפות האבן אייך געפאנגען אין זייער טומאה, איר זענט צוגעקלעבט צו אייער סמ' טעלעפאן, דאס מאכט איר זאלט נישט לעבן מיט אייער טייערער מאן. איך בעט אייך טייערע ..., ווארפט אוועק די געטשקע, ווארפט אוועק אייער סמ' טעלעפאן און גייט צוריק צו אייער מאן, איר האט א טייערע מאן; אנדערע פרויען וואלטן אויסגעגאנגען צו האבן אזא מאן, ערליך, איידל, קלוג און וואס נישט.


איך בין מתפלל פאר אייך, איר זאלט צוריק קומען צו די קדושה, אפלאזן די שעדליכע מאוויס און ווערן צוריק א מאמע פאר אייערע קינדער, און א ווייב פאר אייער מאן.

#98 - ווערט צוריק א צדיקת, קוקט נישט קיין קליפס, ווידיאס, און מאוויס
חיזוק פאר פרויען, מאוויס, אידישע שטוב, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי אז איר קוקט ווידיאס, מאוויס, קליפס וכדומה, איך האב אזוי סאך צייט אוועקגעגעבן פאר אייך און פאר אייער מאן, איך האב אזויפיל זיך געפלאגט ענק זאלן האבן א גוטע לעבן, פארוואס זאלט איר דאס אלעס צעווארפן...


פרויען האבן א טעות, מען מיינט אז שמירת עיניים איז נאר פאר מענער, עס איז נישט אזוי, נאר שמירת עיניים איז פאר פרויען אויך, עס ברענגט נאר פראבלעמען.


ווערט צוריק א צדיקת, קוקט מער נישט קיין קליפס, ווידיאס, מאוויס וכדומה, אזוי וועט די שכינה הקדושה רוען ביי איך אין שטוב.

#97 - פרנסה איז נישט די דאגה פון א אידישע מאמע
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, אידישע שטוב, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זאלט זיין א מאמע, די פרנסה איז נישט אייער דאגה, איר זאלט זיין מיט די קינדער, פארעט זיך מיט די שטוב, און אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר טון צוויי זאכן, איינס, בעטס דעם אייבערשטן פאר פרנסה, ווייל תפילות פון א אידישע פרוי, א אידישע מאמע - איז בוקע רקיעים, עס שפאלט הימלען, צווייטנס, שטענדיג שמייכלען צו אים, (נישט א פאלשע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל).


א פרוי וואס האט נישט קיין קליינע קינדער - איז גוט זי זאל ארבעטן, אזוי אויך א פרוי וואס דער אייבערשטער האט איר געגעבן א מתנה צו קענען עוסק זיין מיט מחנך זיין קינדער, אזוי אויך זענען דא פרויען וואס דאס איז זייער נאטור, זיי ווילן ארבעטן; דאס איז עפעס אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#96 - צוביסלעך זיך אפגעוואוינען פונעם סמארט טעלעפאן
שלום בית, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


נעכטן נאכן שיעור האסט מיך מחי' געווען מיטן זאגן אז זייט אנהויב זומער – ברענגסטו נישט אריין דיין סמארט טעלעפאן אין שלאף שטוב, דו פרובירסט צוביסליך זיך אפגעוואוינען פון די עדיקשן פון האלטן די סמארט טעלעפאן טאג און נאכט; האסט מיך ממש מחי' געווען.


ביי די שיעור נעכטן נאכט האב איך ממש זיך געשטיקט פון צער און געוויין, פון וויפיל שטיבער צעפאלן צוליב דעם סמארט טעלעפאן; וויפיל ווייבלעך שרייבן מיר און רופן מיט געוויין אז זיי קענען נישט געווינען זייער מאן'ס הארץ צוליב דעם טעלעפאן, עס פאר'שיכור'ט, עס מאכט פארטעמפט, וויפיל זיי טוען פארן מאן – קענען זיי נישט באקומען אפאר מינוט פון שמועסן, רעדן און זיך אנקוקן מיט ליבשאפט, דער סמארט טעלעפאן גנב'עט זייער מאן, זיי ליידן וכו'; פאר מיר איז דאס די גרעסטע ווייטאג.


הלוואי זאלסטו אינגאנצן פטור ווערן פון די סמארט טעלעפאן.


ביים רבי'ן אין אומאן זאלסטו נאר אויף דעם בעטן; אויף הייליגקייט, ריינקייט, קדושה וטהרה.



 

#95 - מזלזל זיין אין הלכות, איז זייער שרעקעדיג
תודה והודאה, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א טעות איז א טעות, אונס רחמנא פטריה, מען רעדט נישט ווען מען מאכט א טעות; מען רעדט ווען מען איז מזלזל אין די הלכות, מען לאכט זיך אויס, מען זאגט: "דאס אז נישט געפערליך, און: "דאס איז נאר א דרבנן", און: "דאס איז נישט די עכטע עבירה" - דאס איז א סכנה, דאס איז זייער שרעקעדיג, מען ווערט קראנק לא עלינו, און מען קען באקומען קינדער בעלי מומין רחמנא לצלן.


מאכט נישט קיין נערוון פון די הלכות, און גייט נישט אריין אין קיין אנגעצויגנקייט צו טראכטן 'אפשר האב איך נישט געהיטן די הלכות', און 'אפשר האב איך געמאכט א טעות'; נישט פון דעם רעדן מיר.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - ווערן די נערוון שטערקער און געזונטער, מען ווערט פרייליך, מען ווערט רואיג, די לעבן ווערט גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - וואויל איז דעם וואס היט הלכות
קינדער, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די בריוו.


אז מען היט הלכות - האט מען געזונטע קינדער, און אז חס ושלום מען שפילט זיך ארום מיט די הלכות - קומען אזעלכע ביטערע צרות השם ישמרינו; פרעג איך אייך, וואס ווילט איר ענדערש, גיהנום אויף די וועלט אדער גן עדן?


שפילט אייך נישט מיט פייער, געבט אכטונג וואס מען רעדט אין די טעג, מען טאר נישט רעדן זאכן וואס מען טאר נישט טון, מען טאר נישט אנרייצן דעם מאן, און אויב חס ושלום מען שפילט זיך ארום מיט די זאכן - דארף מען ליגן אין שפיטאל וואכן און חדשים רחמנא לצלן זיך אויסצולייטערן השם ישמרינו, אפהיטן זאל דער אייבערשטער.


די הלכות וכו' איז נישט קיין קנס, די הלכות אין די אידישע שטוב איז נישט קיין שלעכטע זאך; עס איז הייליג, עס איז טייער; וואויל איז דעם וואס היט די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - אלע וועלן העלפן, קיינער שטייט נישט פון דער זייט
פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, כ"ה סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פרוביר נאכאמאל, אפשר וועט מיר עס דאס מאל געלונגען, פועל'ן ביי דיר זאלסט נישט האבן קיין טעלעפאן וואס איז פארבינדן מיט די וועלט, און אז דו דארפסט עס האבן פאר פרנסה - זאלסטו דאס האלטן אין געשעפט אדער אין אפיס, נישט אין שטוב.


"עֲשֵׂה לְמַעַן תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁלֹּא חָטְאוּ" טו עס פאר דיינע דורות, פאר דיין עתיד, "עֲשֵׂה לְמַעַן חָרְבַּן בֵּיתָךְ", טו עס פאר דיין שטוב זאל נישט חרוב גיין, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן די שטארקקייט נישט צו נאכגעשלעפט ווערן נאך די ווינט וואס בלאזט אויף די נישט גוטע זייט.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף גיי איך דעם זומער שאפן געלט פאר דיר, פאר דיינע קינדער; איך גיי שאפן געלט פאר זייער חדר און סקול, און אזוי ווייטער, איך וויל דיר בעטן זאלסט אויך צולייגן א האנט; סיי דו, סיי דיין ווייב - זאלן גיין נאך געלט, צאנעמען געלט פאר אונזערע מוסדות. איך טו דאס נישט פאר מיר, איך טו עס פאר דיר, פאר דיינע דורות. שטיי נישט פון דער זייט באקוועמערהייט ווען דיין ראש ישיבה מוטשעט זיך צו קענען אנהאלטן דיין מוסד, דיין קהילה. די יאר וועט זיין אנדערש פון די פריערדיגע יארן, אלע וועלן העלפן, קיינער שטייט נישט פון דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#92 - אויפגעגעבן די סמארטפאון, בזכות די פרויען שיעורים
סמארטפאון, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געהאט טרערן אין מיינע אויגן ביים ליינען אייער בריוו, ווי איר פארציילט מיר די גוטע נייעס אז איר האט אויפגעגעבן אייער סמארטפאון און זיך געקויפט א פשוט'ע טעלעפאן, בזכות די חיזוק פון די וועכנטליכע פרויען שיעורים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט קענען אויפציען ערליכע אידישע דורות, די שכינה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, און עס זאל זיין נאר ברכה והצלחה.



 

#91 - די שטוב זאל זיין נישט געבויעט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער דערשראקן פון הערן אז איר באקומט א נישט גוטע געפיל פון די וועכנטליכע פרויען שיעורים וכו'; יעדע מאל נאך א פרויען צאמקום שפירט איר ווי איר ווילט קויפן א נישט גוטע טעלעפאן, איר זענט מקנא וכו' וכו'.


ענדערש בלייבט אין שטוב און איר וועט אויסהערן די שיעור אויפן טעלעפאן מיט יראת שמים, ווי איידער ווערן מיטגעשלעפט מיט צעבראכענע פרויען וכו'. די ציל פון די פרויען צאמקום איז - מען זאל ווערן א בעסערער איד, און אויך מער א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, נישט מען זאל באקומען א גליסט און א רייץ צו נישט גוטע זאכן, און אז איר ווערט מיטגעשלעפט אומווילנדיג מיט וכו', איר שפירט זיך צוריק געשטאנען מיט א כשר'ע טעלעפאן, און ווען מען רעדט פון עקטערס און זינגערס וואס ברענגט נישט יראת שמים - שפירט איר נעבעכדיג אז איר קענט נישט מיט רעדן – זאלט איר מער נישט גיין צו די צאמקום, נאר ענדערש בלייבט אין שטוב.


געבט אכטונג אייער שטוב זאל זיין געבויעט אויף די וועג פון צדיקים, נישט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#90 - מ'פארדינט גארנישט אין די שעות וואס מען דארף זיין אין שטוב
פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע זאך האט זיין צייט; עס איז דא א צייט פאר ברענגען פרנסה און עס איז דא א צייט פאר אהיים קומען העלפן די ווייב מיט די קינדער.


בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט פארנארן, לויף מער נישט נאך די בהמות (ספורי מעשיות, מעשה יא), דאס זענען דיינע עבירות וואס מאכן פון דיר חוזק. גיי אהיים, שטעל אפ דיינע געשעפטן; וועסט במילא נישט פארדינען גארנישט אין די שעות וואס דו דארפסט זיין אין שטוב.


איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, זיי מתפלל פאר מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#89 - נעבעך פאר די ערליכע פרויען וואס מיינען אז דאס איז צניעות
צניעות, אידישע שטוב, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געשריבן אז לעצטנס זענט איר נישט רואיג מיט אייער צניעות, איר האלט איר זענט נישט גענוג צניעות'דיג, אייער מאן זאגט ער מיינט דאס קומט זייט איר הערט אויס די האטליין פון די 'פרומע שטן' וואס מאכן משוגע אידישע פרויען מיט צניעות שלא על פי תורה.


איך האב געפרעגט אייער מאן, אויב איך וועל אייך שרייבן צי איר וועט מקבל זיין, האט ער געענטפערט: "יא, אודאי", דעריבער שרייב איך אייך, און איך בעט אייך, פאר אייער טובה און פאר די טובה פון אייער שטוב - זאלט איר מער נישט קלינגען צו די 'פרומע שטן', נישט אויסהערן זייערע שיטות, נאר אויסהערן דעת תורה; וואס די ערליכע רבנים זאגן, און וואס די תורה זאגט.


די האטליין פון די 'פרומע שטן' מאכט חרוב אידישע שטיבער און די האבן שוין חרוב געמאכט זייער אסאך שטיבער, די 'פרומע שטן' האט נישט קיין דעת תורה, זיי מאכן חוזק פון האבן דעת תורה, זיי גייען מיט זייער קרומע שכל, און נעבעך פאר די ערליכע פרויען וואס מיינען אז דאס איז צניעות.


די אראבער שטעלן זיך אויך אהער כאילו זיי זענען פרום, זיי טוען זיך אן מיט ליילעכער ארומגעבינדן וכו', אבער די הייליגע חכמים זאגן אונז דעם אמת (קידושין מט:): "י' קבים זנות ירדו לעולם", צען קב זנות איז דא אויף די וועלט, "תשעה נטלה ערביא כו'", און ניין קב האבן די אראבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - די קליידער געשעפט איז פון די שענסטע זאכן אין די קהילה
שטעטל, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום, קליידער, בלעטל, נייען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די וועכנטליכע פרויען צאמקום, איר שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות פון די שיעור און פון זיך טרעפן מיט נאך פרויען, און פון די מעשיות פון תפילה וכו' וכו'.


עס קומט אייך א גרויסן דאנק פון מיר און בשם כל הקהילה אז איר לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די קליידער געשעפט, וואו אנשי שלומינו קענען קויפן קליידער פאר נישטיגע פאר דאלער, און זיך שפארן פון אויסגעבן אזויפיל געלט, און פון בארגן, גנב'ענען, צעקוועטשען דעם מאן וכו' וכו'. די קליידער געשעפט אין שטעטל איז פון די שענסטע זאכן ביי אונזער קהילה, און וואויל איז אייך און פאר אלע העלפערס וואס לייגן צו א האנט בהתנדבות, אז די געשעפט זאל קענען אנגיין ווייטער מיטן פארקויפן פאר אנשי שלומינו קליידער פאר צוויי דריי דאלער.


בנוגע זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן זאלט איר רעדן צו מרת ... תחי' און זי וועט איבערגעבן פאר איר מאן נרו יאיר, און זיי וועלן מאכן דאס בעסטע און דאס שענסטע. די פלאץ איז גאר קליין, איך האף צום אייבערשטן צו מאכן א גרויסע געשעפט, עס זאל זיין באקוועם פאר די פרויען איינצוקויפן, איך דארף די תפילות פון די איינוואוינער פון שטעטל צו קענען אויספירן מיינע פלענער.


בנוגע שרייבן אין די בלעטל; עס איז זייער א וויכטיגע זאך עס זאל זיין פאר אנשי שלומינו וועכנטליכע אויסגאבעס צו ליינען, איז דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אלע פרויען וואס געבן אוועק צייט צו שרייבן שיינע זאכן צו ליינען.


אויף די פראגע וואס זאל זיין דער עיקר פון די שרייבווערק; ערשטנס דארף עס זיין געשריבן ציענדיג, עס זאל ציען די ליינער דאס צו וועלן ליינען, און די אינהאלט זאל זיין צו געבן כח פאר אידישע מאמעס וואס גייען אריבער יעדן טאג שווערע ארבעט; זיי מוטיגן און ווייזן די הייליגקייט פון ברענגען קינדער, האדעווען קינדער און אלעס וואס מען רעדט ביי די שיעורים.


בנוגע די נייען וכו'; אודאי און אודאי זאלט איר אנהאלטן דאס נייען, אויך זאלט איר אויסלערנען אייערע עלטערע טעכטער די פאך, עס איז א שיינע פאך פאר פרויען.


בנוגע וכו'; האלטס די שטוב ריין, ברענגט נישט אריין אין שטוב א כלי וואס זעט אפילו אויס ווי א סמארטפאון. מיר האט מען אויך געקויפט אזא כלי וואס האט אלע מוזיק, איך האב עס אבער נישט אנגענומען, איך וויל נישט האבן אין שטוב קיין שום שלעכטע זאך, און אפילו וואס זעט אויס שלעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#87 - איך זאג ענק צו; מיט תפילה וועט געשען א נס
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיינע טייערע ... שיחיו


ביידע זאלן ענק יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף די זאך וכו', מיט תפילה וועט געשען א נס; איך זאג ענק צו, אויב ענק וועלן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר אז מיין ווייב זאלן נישט האבן קיין פחד פון לעבן אינאיינעם", און זי זאל בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין פחדים פון לעבן מיט מיין מאן, איך זאל זיין א געזונטע ווייב, אן אשה כשירה העושה רצון בעלה".


אויב וועלן ענק בעטן אויף דעם טאג נאך טאג מיט סבלנות – וועלן ענק זען א נס למעלה מדרך הטבע, איך האב דאס שוין מיטגעהאלטן אסאך מאל וואס עס איז געווען די פראבלעם מיט מאן און ווייב וכו' וכו', און מיט תפילה וסבלנות האט מען געזען ניסים.


עס איז כדאי דיין ווייב זאל זיין בקשר מיט מרת ... תחי', זי זאל איר לערנען וכו' און מחזק זיין וכו'.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך וועל זיין ביי די צדיקים און בעטן פאר ענק.

#86 - איך וויל די מייז זאלן קומען אין מיין צימער
חינוך הילדים, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ו' אייר, כ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווארף ארויס פון שטוב דיין טעלעפאן מיט דיין טעבלעט, אין א אידישע שטוב קומט נישט אריין די זאכן; לאז דיינע קינדער אויפוואקסן ערליך און געזונט.


א אינגערמאן דערציילט מיר, ער האט געזען מייז אין זיין דירה, האט ער פארשטאפט די לעכער מיט סטילוואל; פרעגט אים זיין קליינע טאכטער: "וואס איז די סטילוואל וואס דו לייגסט דא אריין אין די לאך?" זאגט ער: "דאס איז צוריק צו האלטן די מייז זאלן נישט קומען".


אפאר מינוט שפעטער זעט ער ווי זיין טאכטער שלעפט ארויס די אלע שטיקלעך סטילוואל, פרעגט ער איר: "פארוואס טוסטו דאס?" זאגט זי: "איך וויל די מייז זאלן קומען, עס איז אזוי זיס מייז, מאמי ווייזט מיר אויף איר טעלעפאן ווי די מייז שפילן זיך, איך וויל די מייז זאלן קומען אין מיין צימער איך וויל שפילן מיט זיי".


דער אינגערמאן זאגט מיר: "נישט גענוג מיין ווייב האט א טעלעפאן, וואס קען איך טון אז זי זאל נישט ווייזן פאר די קינדער...?"


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען ביישטיין די נסיונות פון עקבתא דמשיחא, בלייבן ערליך מיט דיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - אדער א טעלעפאן, אדער ערליכע דורות
חינוך הילדים, טעלעפאן, אידישע שטוב, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען אויף וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער און פאר די סקול בית פיגא, און באזונדער דאנק איך אייך פארן באגלייטן די ווייבלעך, די תלמידות בית פיגא - נאך די חתונה, זיי צאמצונעמען, זיי געבן שיעורים, יעדע כיתה באזונדער, און זיך אפגעבן מיט זיי; די מצוה איז גאר גרויס, די מצוה וועט אייך באגלייטן בזה ובבא פאר אייך און פאר אייערע דורות.


האט נישט מורא צו רעדן צו די ווייבלעך קעגן האבן א טעלעפאן; רעדט פון דעם, זייט מחזק די תלמידות איבער דאס שעדליכקייט פון האבן א טעלעפאן, רעדט צו זיי ווי גליקליך מען איז אז מען פאלגט אלעס וואס די צדיקים זאגן, ווי גליקליך מען איז אז מען גייט נאך א צדיק.


אויך דארף מען רעדן אין סקול אין בית פיגא צו די עלטערע מיידלעך וואס גייען שוין באלד חתונה האבן פון נישט האבן א טעלעפאן וואס שטערט דאס לעבן, און פון זיין פעלזן פעסט קעגן די נסיונות הדור, ווייל די טעלעפאן איז סם המוות פאר ערליכע דורות, עס איז אדער אדער; אדער א טעלעפאן אדער ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - אלעס זאל זיך דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, הפצה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט און זייער וואויל צו עוסק זיין אין הפצה, אבער נאך העכער און נאך וויכטיגער פאר א מאמע איז צו זען אז די קינדער זאלן זיין צייטליך אין חדר און אין שולע, נישטא אזא זאך קינדער זאלן קומען שפעט.


שטעלט אויס אייער טאג אז אלעס זאל זיך דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום; צום ביישפיל אז מען וויל גיין באזוכן עלטערן, מען וויל גיין ביינאכט - דארף מען טראכטן עס איז טאקע זייער א גרויסע מצוה צו גיין צו עלטערן, אבער די קינדער דארפן גיין שלאפן צייטליך, אויפשטיין צייטליך און זיין אין חדר און אין שולע צייטליך, און אויב מען שלעפט קינדער ביינאכט צו עלטערן אדער צו מלווה מלכה'ס - איז יצא שכרו בהפסידו, עס לוינט נישט די גאנצע זאך.


איך זאג שטענדיג פאר די ווייבלעך וואס ווילן מיטהאלטן זומער די מלוה מלכה'ס, אז דאס איז גוט פאר די יונגע משפחות וואס האבן נאכנישט קינדער צו שיקן אין חדר, אדער פאר עלטערע משפחות וואס האבן שוין חתונה געמאכט די קינדער, אדער משפחות וואס האבן נאר טעכטער און ביי אונז אין אמעריקע איז נישטא קיין שולע זונטאג - די קענען פראווען מלוה מלכה'ס עד עלות השחר, אבער די וואס האבן קינדער וואס גייען אין חדר - די דארפן לייגן שלאפן די קינדער צייטליך, דאס מיינט א גוטע מאמע, א געזונטע שטוב.


אזוי אויך מיט הפצה; אלעס איז פיין, אלעס איז חשוב, אלעס איז געוואלדיג, אבער אז מען האט קינדער - דארף זיך אלעס דרייען ארום די קינדער'ס סדר היום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.