בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א גוטע קבלה לכבוד שובבי"ם; ווען מען גייט ארויס פון שטוב, ווען מען גייט אריבער א טיר מיט א מזוזה - צו געבן א קוש און זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, בעטן מען זאל אנקומען בשלום, און דאנקען ווען מען איז אנגעקומען. וואס ווייסט א מענטש וואו ער גייט יעצט? וואס וועט פאסירן? מען דארף שטענדיג האבן א שמירה עליונה.
דערצייל דעם אייבערשטן אלע דיינע עבירות, זיי זיך מתוודה אין דיין שפראך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד), ווען א מענטש זינדיגט - ווערן די עבירות אריינגעקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'ענען; מען ווערט זייער דעפרעסט, בפרט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן מאכט דעפרעסט און צעבראכן. דער רבי זאגט (שם, סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש', דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.
אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער בעט איך דיר זייער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן; דערצייל, שמועס אויס אלעס; וועט עס ארויסגיין פון דיינע ביינער, וועסט ווערן פרייליך און לעבעדיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.