בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - עצות פאר א מחלה אין די הויט
מזוזה, תודה והודאה, סגולות, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב ווייטאג פון ליינען וואס ענק גייען אריבער מיט ענקער קליין קינד, ווי זי ליידט צער און ווייטאג פון איר הויט; איך בין אזוי בצער פון דעם.


עס איז כדאי בודק זיין די מזוזות, ווייל רוב פראבלעמען און צרות הויבן זיך אן ווען עס איז נישטא קיין כשר'ע מזוזות.


עס איז דא א סגולה וואס איז בדוק ומנוסה, צו נעמען פון די שמן זית וואס בלייבט איבער פון די שבת ליכט, (ביי אונז איז דער מנהג צו צינדן צוויי ליכט פון שמן זית אנטקעגן זכור ושמור, און נאך פיר ליכט פון חֵלב אנטקעגן די פיר אותיות פון די שם הוי"ה ברוך הוא, און יעדע קינד וואס ווערט געבוירן, סיי א אינגל, סיי א מיידל - לייגט מען צו נאך א ליכט פון חֵלב), מוצאי שבת זאלט איר נעמען פון די איבערגעבליבענע אויל, שמן זית – און דאס שמירן אויף די הויט, דאס וועט אוועקנעמען די מחלה פון די הויט. דאס איז בדוק ומנוסה, אזוי זאלט איר טון יעדע מוצאי שבת.


יעצט ווען מען האט שוין אלעס פרובירט, אלע סארט מעדעצין, ווייטאמין, וכו' וכו', און אלע דאקטוירים אליין זאגן זיי ווייסן נישט וואס דאס איז, און אלע נוטרישעניסטס ווייסן נישט וואס צו זאגן, איר שפירט זיך אזוי פארלוירן; יעצט זאלט איר זיך אינגאנצן ארויפווארפן אויפן אייבערשטן און פון דעם וועט קומען די ישועה. דאס הייסט, יעדן טאג זאלט איר קודם דאנקען פאר די חסדים אז איר זענט חתונה געהאט און אויף אייער געזונטע קינד, און בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך אפאר ווערטער פון הארץ - פאר איר, זי זאל האבן א רפואה שלימה, זיין געזונט מיט די הויט און מיט אלעס - וועט זי האבן א רפואה שלימה, ווייל תפילה איז למעלה מדרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6 - קושן די מזוזה מיט ריינע הענט, און צולייגן א קורצע תפלה
מזוזה, יראת שמים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג קושן די מזוזה מיט נישט ריינע הענט; דער ענטפער איז ניין, אויב די הענט איז אומריין - דארף מען דאס ערשט וואשן, און קושן די מזוזה מיט ריינע הענט, צוליב כבוד פאר די מזוזה.


יעדעס מאל מען גייט ארויס פון שטוב, אדער מען קומט אהיים - איז גוט צו זאגן ביי די מזוזה די קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער ברענג מיך אהיים בשלום", און ווען מען קומט אהיים: "שכוח אייבערשטער האסט מיך אהיים געברענגט בשלום"; מען האט נישט קיין אנונג וואס די פּאָר ווערטער טוען פארן מענטש, עס ראטעוועט פון אלע שלעכטס, עס היט דעם מענטש, און עס קלעבט צו צום אייבערשטן.


וואויל איז דער וואס קושט די מזוזה ביי יעדע טיר, דאס ווייזט אז ער לעבט מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך האב מורא ביינאכט
פחדים, תפילות אויף אידיש, מזוזה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה נישט מורא צו האבן ביינאכט - איז חזר'ן אמונה; זינגט זיך אונטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, ער היט מיך, ער איז מיט מיר, קיינער קען מיר גארנישט טון, עס קען גארנישט פאסירן"; חזר'ן אמונה איז די איינציגסטע עצה די שרעק זאל אוועק גיין.


ווען איר גרייט זיך צו גיין שלאפן - זאלט איר קישן די מזוזה און בעטן ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער היט מיך, און נעם אוועק פון מיר די שרעק".


א גוט שבת.

#4 - נעמט זיך פאר צו בעטן א קורצע תפילה ביי די מזוזה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, מזוזה, סקול, מוסדות, דרך ארץ, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די גוטע גרוסן פון בית פיגא שולע אין ירושלים; דאס מערסטע פריי איך זיך ווען איך הער פון די לערערינס אז אלע תלמידות זענען זייער דרך ארץ'דיג, מען רעדט נישט ווען די לערערין רעדט, מען לאכט נישט פון לערערינס, מען איז ערנסט ביי די לימודים.


בנוגע וואס איר זאלט זיך פארנעמען לכבוד אייער געבורט'ס טאג; נעמט זיך פאר, ווען איר גייט ארויס פון שטוב לייגט די האנט אויף די מזוזה און בעטס דעם אייבערשטן די קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל צוריק אהיים קומען געזונט און שטארק", און ווען איר קומט אהיים זאלט איר לייגן די האנט אויף די מזוזה און זאגן: "שכוח אייבערשטער אז איך בין צוריק אין שטוב געזונטערהייט"; דאס איז א גוטע זאך זיך פארצונעמען, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן אייער גאנצע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס
פחדים, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, מזוזה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אייך, אייערע טיטשערס זאגן אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, איר זענט צניעות'דיג און איידל; איר מאכט מיר אסאך נחת, אויך האבן אייערע עלטערן נחת פון אייך.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זען מען גרויסע ניסים.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע.


שפילט זיך מיט גוטע מיידלעך און חבר'ט זיך נאר מיט גוטע מיידלעך; איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס פאלגן וואס די טיטשער זאגט.


בעפאר איר גייט שלאפן זאלט איר קושן די מזוזה און בעטן ביי די מזוזה: "אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס"; דעמאלט וועט איר נישט מורא האבן פון גארנישט.


פון דער ראש ישיבה.

#2 - וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?
פחדים, תפילות אויף אידיש, מזוזה, חינוך הילדים, הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער נישט שוואך ווען דו טרעפסט צעריסענע גליונות, אדער דו טרעפסט די גליונות אין מיסט אדער אין בית הכסא; דו זיי ממשיך מיט פארשפרייטן ווייטער די גליונות. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם, וויפיל מענטשן שטייען און ווארטן און זוכן וואו זיי קענען טרעפן א גליון לכבוד שבת זיך צו קענען אביסל מחזק זיין.


אז דער גבאי פונעם בית המדרש זאגט דיר דו זאלסט נישט לייגן מער קיין גליונות דעמאלט זאלסטו נישט לייגן, אבער אז מען ווארפט עס אין מיסט זאלסטו נישט קוקן אויף דעם.


בנוגע די פחדים ביי דיין קינד; עס מאכט זיך ביי זייער אסאך קינדער, דאס האבן פחדים ביינאכט, דער עיקר זאלסטו נישט מאכן פון דעם קיין עסק, עס וועט אריבער גיין. נעם דיין קינד צו די מזוזה, ער זאל קישן די מזוזה און בעטן: "הייליגער באשעפער היט מיר און ראטעווע מיר פון די פחדים וואס איך האב".


בנוגע דיין פראגע 'וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?' דאס האט מיט די עלטערן; עלטערן מוזן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, מען דארף מחנך זיין די קינדער אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט. על פי רוב זענען די עלטערן אליינס שולדיג, זיי מאכן א געשפעט פון זיך אליינס; מען זאגט פאר'ן קינד וואס צו טון און ווען דער קינד זאגט נאך די ווערטער, למשל טאטע מאמע זאגן: "אריין אין בעט", רופט זיך דאס קינד אן: "אריין אין בעט", - וואס טוען די עלטערן? זיי שמייכלען צו זיך און זאגן: "אזוי זיס", "אזוי פאני"; אז דאס קינד זעט אז מען קען באקומען אויפמארקזאמקייט (עטענשאן) טוט מען דאס נאכאמאל.


עלטערן דארפן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, אז א ווארט איז א ווארט, דעמאלט פאלגן די קינדער.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן גוטע קינדער, ערליכע קינדער; ווי מער מען דאווענט אויף דעם אלץ מער נחת זעט מען ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - נעמען מזוזות נאר פון אן ערליכן סופר
מזוזה, משניות, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


עס איז אודאי בעסער דו זאלסט טוישן די מזוזות פון דיין דירה, ווייל ליידער זענען פארהאנען סופרים קלים וריקים. איך געדענק ווי נאך מיין חתונה האב איך זיך געלערנט סופרות, אזוי איז מיר אויסגעקומען צו האנדלען מיט סופרים, בין איך אמאל געווען אין א פלאץ וואו עטליכע סופרים שרייבן אינאיינעם, האב איך אמאל בייגעוואוינט ווי א סופר איז געווארן בכעס אויף א צווייטן סופר און געשריגן אויף אים ניבול פה ביי אן אפענעם ספר תורה! עס האט מיר אנגעכאפט א פחד און א שרעק, איך בין ארויסגעלאפן פון דארט און מער נישט געוואלט אריין גיין אין א פלאץ וואו מען שרייבט מיט קלות ראש. א רחמנות אויף דעם איד וואס צאלט שווערע געלטער, ער מיינט אז דער סופר איז א חסיד, ווייל פון אינדרויסן גייט ער אנגעטון מיט שטריימל בעקיטשע בשעת ער איז נעבעך נאך ווייט פון קדושה.


דעריבער זאלסטו זיך פארבינדן מיט האברך ... נרו יאיר וואס גייט אין מקוה פאר'ן שרייבן, אזוי אויך לערנט ער אסאך משניות און גמרא.


דיינע אלטע מזוזות קענסטו פארקויפן פאר א סופר מיט'ן זאגן דעם נאמען פונעם סופר וועלכער האט דאס געשריבן.


איך ווייס נישט צי דיין זון האט דיר פארציילט אז איך האב אים געגעבן א מתנה א סעט ששה סדרי משנה; איך האב אים אריין געשריבן אפאר ווארימע ווערטער אים צו געבן א חשק ער זאל לערנען משניות יעדן טאג און איך האב אים געבעטן אז ווען ער מאכט א סיום זאל ער מיר דאס דערציילן. געב אים איבער אז איך ווארט צו הערן א סיום פון אים.


פארשטייט זיך אז איך ווארט אויך צו הערן פון דיר דיינע סיומים; נעכטן איז געווען דער יארצייט פון אונזער חבר יעקב מאיר חשין עליו השלום וועלכער איז נעבעך אומגעקומען א פאר יאר צוריק אין א עקסידענט, ער האט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן 'כל התורה כולה'. ער האט זיך פארשריבן אין זיין טאג-בוך (דייערי) יעדע סיום ווען ער האט דאס מסיים געווען, ביז מען האט געטראפן פון אים זיין ביכל וואו ער שרייבט: "ובמשך תקופה קצרה של כמה שנים גמרתי כל התורה", אין א קורצע צייט פון א פאר יאר האב איך זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; ער רעכנט דארט אויס: "תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה, גמרא בבלי ירושלמי, תוספתא און אלע מדרשים, רמב"ם, טור ושלחן ערוך וכו' וכו'".


יעצט ווען ער איז אויבן אויף יענע וועלט איז אים גוט; ער האט וואס צו עסן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג) אז אויבן אין הימל וויינען די נשמות: "מיר דארפן עסן", אבער ווען מען ברענגט זיי עסן וויינען זיי: "מיר דארפ'ן נישט די פשוט'ע עסן, מיר דארפן פרקים משניות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.