בעזרת השם יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד הרב ר' ... שליט"א
ברוך השם אז דו האסט געטראפן א פיינע פרנסה, זיין א מלמד, און איך הער גוטע גריסן אויף דיר, די עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיר. איך האב איינער פון מיין משפחה וואס האט א קינד ביי דיר אין כתה, און זי זאגט פאר מיין ווייב אז זי איז זייער צופרידן פון דיר, איר קינד קומט אהיים פרייליך און צופרידן און קען גוט די פרשה.
ברוך השם אז דו ביסט מצליח. זאלסט וויסן אז די שכר פון א מלמד איז זייער גרויס, ווייל ער בויט אויף די קינדער, און אזוי קענען זיי מצליח זיין אין זייער לעבן. און פארקערט אויך, אויב מען צעברעכט א קינד און מען צעקלאפט אים - בלייבט ער צעקלאפט אויף א גאנץ לעבן.
אויך בעט איך דיר דו זאלסט דאנקען דעם באשעפער אז דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט. א מענטש פארגעסט די ניסים וואס דער באשעפער טוט מיט אים כסדר, דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט א חשבון הנפש, דאס הייסט יעדן טאג ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אויסרעכענען פארן באשעפער אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט דיר, ווי למשל זאג: "רבונו של עולם איך דאנק דיך פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין ווייב, פאר מיין פרנסה, פאר מיין הויז, געזונט וכו' וכו'", מען רעכנט אויס אויף אידיש אלע גוטע זאכן וואס ער געבט דיר, אזוי לעבט מען מיט א חשבון און אזא לעבן איז גאר אן אנדערע לעבן.
אין אנהייב איז עס שווער ווייל מען שפירט נאכנישט אזוי שטארק דעם באשעפער, און דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אז מען זאל נאר נישט רעדן צום באשעפער, אבער אז א מענטש עקשנ'ט זיך און יעדן טאג בעט ער דעם באשעפער און ער דאנקט און לויבט דעם באשעפער - דער לעבט אן אנדערע לעבן.
שטארק דיך בלימוד התורה, לערן יעדן טאג אביסל חומש מיט אפאר פרקים משניות, און לכל הפחות איין דף גמרא, וועסטו האבן א שיינע לעבן, און די תורה וועט פארברענען דעם יצר הרע וכו'.
הצלחה רבה פון דיין ראש ישיבה.