בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערן אויס פאר די קינדער אז מ'קען נאר לויפן צום אייבערשטן
חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בענק זיך זייער צו הערן פון דיר, איך ווארט צו הערן וואס טוט זיך אין חדר.


איך האף אז דו שטארקסט זיך, דו האסט סבלנות צו די טייערע יונגע ריינע קינדער, דו רעדסט מיט זיי אזוי ווי מען רעדט צו דערוואקסענע מענטשן. מוהרא"ש זאגט, א מלמד זאל זיך פארשטעלן ווי ער לערנט מיט דערוואקסענע מענטשן, דעמאלט וועלן זיינע דיבורים זיין אזוי ווי עס דארף צו זיין.


יעצט ווען מען לערנט די פרשיות פון מצרים זאלסטו זיי דערציילן ווי פרעה מיט די מצריים האבן געשלאגן און גע'הרג'עט אונזערע עלטערן, און אונזערע עלטערן די אידן האבן גארנישט געקענט טון, מען האט נישט געקענט אנטלויפן, מען האט נישט געקענט רופן די פאליציי ווייל די פאליציי זעלבסט האבן גע'הרג'ט און געשלאגן, מען האט נישט געקענט רופן שומרים, חברים וכו', וכו'; מען האט נאר געקענט גיין צום אייבערשטן, האבן די אידן געשריגן צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמות ב, כג): "וַיֵּאָֽנְחוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָֽעֲבֹדָה, וַיִּזְעָקוּ, וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים מִן הָעֲבֹדָה", און דער אייבערשטער האט זיי צוגעהערט און געשיקט א גרויסער צדיק – משה רבינו; דאס זאלסטו אריינפרעגלען אין די קינדער.


לערן מיט די קינדער שרייבן, ליינען וכו', וכו'; דאס איז זייער וויכטיג, אז אונזערע קינדער זאלן קענען שרייבן און ליינען. לייג ביי דעם לימוד א שטארקע דגוש, פארשטייט זיך מיט גוטנ'ס, מיט פרסים וכדומה.


זע צו רעדן אין בית המדרש שיחות חברים מיט אינגעלייט, שיחות פון רבי'ן און פון מוהרא"ש.