בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.
איך וועל דיר זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט נעמען די פרישע אינגעלייט'לעך און לערנען מיט זיי. אז דו האסט א ברירה צו נעמען פאר א חברותא א פרישער אינגערמאן אדער א אינגערמאן וואס האלט שוין אפאר יאר נאך די חתונה, זאלסטו ענדערש נעמען די פרישע אברכים; עס איז זייער וויכטיג אז זיי זאלן נאך אביסל לערנען, די עלטערע וועלן זיך אן עצה געבן וכו'. נעם אינגעלייט'לעך און לערן מיט זיי, פארטאגס און ביינאכט בהתמדה רבה.
איך האב אזא חיות צו זען ווי דער כולל בליהט, עס ווערן נתרבה ספסלי בית המדרש און מען לערנט בהתמדה הלכה; איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון אויבן אין הימל און שעפט נחת פון אונזער כולל היכל הקודש.
איך בעט דיר זאלסט אנהויבן לערנען מיט די אינגעלייט ווי אזוי מען פסק'נט מראות. מיר גייען מיט די וועג וואס צדיקים האבן געזאגט: "די וועלט זאגט 'אז מען קען נישט ארונטער גיין מען אריבער', אבער מיר זאגן מען זאל גיין 'לכתחילה אריבער'"; אזוי אויך הויב אן 'לכתחילה אריבער', אפילו אנדערע זאגן מען זאל נישט אנהויבן מיט דעם וכו'.