בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערן תורה יעדן טאג
שטעטל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך טייערער ... נרו יאיר מיט דיינע שיעורים כסדרן; הייב אן דעם טאג מיט מקרא – לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך וועסטו ענדיגן די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום.


נאכדעם זאלסטו לערנען משנה; אז דו קענסט לערנען ח"י פרקים משניות איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם. משניות איז מזכך דעם מענטש, עס טוישט דעם מענטש פון שלעכטס צו גוט. ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון משניות וואלט מען נישט אפגעלאזט דעם משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין ש"ס; הייב אן ש"ס כסדרן, לערן א בלאט נאך א בלאט.


אויך זאלסטו לערנען הלכה; דער הייליגער רבי האט געהייסן (שיחות הר"ן, סימן כט): "שֶׁכָּל בַּר יִשְׂרָאֵל מֻכְרָח לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם אֵיזֶה הֲלָכָה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג הלכה.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גלייך נאך סוכות צו עפענען א כולל ערב אין שטעטל וואו מען וועט לערנען הלכה; הלכות טהרה פאר אברכים. איך וויל זייער שטארק אז דו זאלסט קומען אין כולל לערנען הלכה.


בנוגע הכנסת אורחים וכו'; עס איז זייער א גרויסע מצוה אריינצונעמען געסט, אבער מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס. צו די סעודות קענסטו רופן בחורים, אבער צום שלאפן איז נישט כדאי אריין צו נעמען א בחור וד"ל.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.