בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען מסכת תענית יעדן טאג, פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה
שידוכים, חמשה עשר באב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


יעצט קומט דער גרויסער טאג חמשה עשר באב, חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם טאג (תענית כו:): "לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים", עס איז נישט געווען אזעלכע שיינע טעג ביי אידן ווי יום כיפור און חמשה עשר באב, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם לא.): "מִכַּאן וְאֵילָךְ דְּמוֹסִיף יוֹסִיף", דער וואס הויבט אן חמשה עשר באב לערנען מער פלייסיג די הייליגער תורה – וועט לעבן לאנג; וויל איך דיך מחזק זיין זאלט אנהויבן לערנען מסכת תענית פון ט"ו באב ביז ראש השנה, יעדן טאג אנהויבן און ענדיגן די גאנצע מסכתא, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אפאר שעה, זאג ארויס די ווערטער אויפן קול מיט התמדה, וועסטו טרעפן זייער שנעל דיין שידוך.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר די בחורים אין אמעריקע מיט יארן צוריק שנת תשע"א, יעדער בחור וואס וועט לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה - זאגט ער צו ער וועט טרעפן זיין שידוך, און אזוי טוען אלע בחורים תלמידי היכל הקודש, א הכנה פאר די הייליגע טעג, פארן רבינ'ס ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.