בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען משניות ברענגט א נייע ריינע ציכטיגע נשמה
משניות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך הער אויף דיר זייער שיינע גריסן פון די מנהל און פונעם מגיד שיעור, איך האב זייער הנאה אז דו פירסט זיך שיין מיט דרך ארץ.


איך וויל דיך זייער בעטן זאלסט יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, נישטא נאך א זאך וואס מאכט ריין די נפש, רוח ונשמה - ווי לימוד משניות, בפרט אכצן פרקים משניות. עס נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" - איז משנה, משניות האט א כח ארויסצושלעפן דעם מענטש פון די טיפסטע פלעצער, אויך איז משנה די אותיות נשמה; דאס לערנען משניות ברענגט א נייע ריינע ציכטיגע נשמה.


מאך זיך א מקום קבוע אין ישיבה און לערן אכצן פרקים משניות, און לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט זוכה זיין צו הויכע מדריגות. אזוי ווי דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות.


יעצט ביסטו יונג, ביסט א יונג בחור, דאס לעבן גייט זייער שנעל אריבער, און נאר משניות נעמט מען מיט זיך מיט, מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן די ווערטער פון הייליגן חיד"א, וואס זאגט, אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות, אדער מען לערנט פאר אים משניות - לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; מיט דעם טייטשט ער דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען 'אשר' זעט אז א מענטש האט געלערנט 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", געבט ער אים גן עדן; אזוי אויך נעמט משניות ארויס די נשמה פון אלע קליפות.


געב א גרוס פארן מגיד שיעור און פאר אלע בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.