בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען פלייסיג די הייליגע גמרא
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר.


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע גמרא. וואויל איז דיר; דו האסט שכל און דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן, ביי די ניין יאר אלט לערנסטו ש"ס.


אפילו דו פארשטייסט נישט די ווערטער פון די גמרא זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער און דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין. טו וואס דער הייליגער רבי האט געטון ווען ער איז געווען א קינד, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, אות ח): עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


געב א גרוס פאר דיין טאטע.