בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך זע דיין גליון "טעראפי", עס איז הערליך שיין. אויך הער איך הערליכע גריסן אויף דעם גליון, מענטשן זענען זיך זייער מחי', עס לייזט זיי אויס פון זייער אייגענע גלות, מענטשן ווארטן א גאנצע וואך אויף די גליונות.
גיי אן מיטן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, מאך זיך נישט וויסנדיג פון די מחשבות וואס ווילן דיך צעברעכן, אז 'עס איז א שאד די ארבעט', און 'ווער ליינט עס דען?' און 'ווער דארף עס דען?' ווייל די אלע מחשבות גייען אריבער אויף אלע מדפיסים און אלע מפיצים, דער סמ"ך מ"ם וויל זיי צעברעכן, ער וויל זיי מחליש דעת זיין, אפצושטעלן דאס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס ברענגט די גאולה.
געדענק וואס צדיקים זאגן, זיין א מסתפק במיעוט איז נאר ביי גשמיות, ביי וועלטליכע געברויכן, אבער ווען עס קומט צו עבודת השם און צו פארשפרייטן די שטויב פון די צדיקים - דארט דארף מען גיין מער און מער, קיינמאל נישט זיין צופרידן, מען דארף טראכטן וואס נאך מען קען טון לאוקמא שכינתא מעפרא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.