בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מאך זיך נישט צוטון פון קיינעם, דו טו וואס איז ריכטיג, זיי א געטרייע מלמד פאר די קינדער, לייג אריין אין זיי יראת שמים און מידות טובות. פארלאנג פון די קינדער דרך ארץ; נאר אויב עס איז דא דרך ארץ איז דא הצלחה, און מער פון דעם זאל דיך נישט אינטערעסירן.
אז מען קומט דיר דערציילן, דער רעדט אויף דיר און דער העצט אויף דיר, זאלסטו געדענקען וואס מוהרנ"ת האט געזאגט פאר דער וואס איז אים געקומען דערציילן וואס דער ... רב האט גערעדט קעגן אים, מוהרנ"ת האט אים געזאגט: "דו ביסט מיין מתנגד, נישט דער ... רב", דו מאכסט מיר שלעכט, אז דו דערציילסט נישט וואלט אלעס גוט געווען.
איך וויל דיר בעטן א טובה, ווען דו גייסט צו די צדיקים, קדושים אשר בארץ המה - זאלסטו מתפלל זיין פאר מיר, ביי קבר רבי מאיר בעל הנס און אין יבנאל ביי מוהרא"ש, בעט פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.