בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#34 - יעדער וואס ווערט מקורב, גייט דורך שוועריקייטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גרעסערע מענטשן ווי דיין זיידע האבן מיך אנגעשריגן ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, מען האט מיר געזאגט די זעלבע לשונות ווי דיין זיידע האט אויף דיר געשריגן, די ערגסטע לשונות האט מען מיר געזאגט; אוי וויי, אוי וויי וואס מען האט צו מיר גערעדט קעגן מוהרא"ש, און אויף רבי נתן וכו'. עס זענען געווען צייטן וואס איך האב געשפירט ווי מיינע נערווען גייען קראכן, אמאל בין איך אזוי צעבראכן געווען (עס איז געווען פורים תשס"ז), ווען אלע האבן געטאנצן בין איך אהיים, אנגעטון נאכט קליידער און געגאנגען שלאפן, איך בין געווען אין א שרעקליכע קטנות הדעת, און מוהרא"ש האט דאס געזען ברוח קודשו, האט ער מיך גערופן. איך האב זיך צוריק אנגעטון און צעבראכענערהייט גערופן א קאר סערוויס און געפארן קיין בארא פארק, איך געדענק ווען איך בין אריינגעקומען אין שול ביי מוהרא"ש - איז מיר געווען אזוי טונקל אז די לעקטער האט מיר זייער געשיינט אין די אויגן, איך האב עס נישט געקענט נעמען, און מוהרא"ש האט מיר גענומען אין דער זייט און מיך זייער מחזק געווען.


מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "וואלסטו געוואוסט וואס פאר א גרויסע מענטשן האבן מיך אפגערעדט פון הייליגן רבי'ן... נישט איין מאל אזוי גרויס ווי די וואס רעדן צו דיר, נאר צען מאל אזוי גרויס, און דאך האב איך קיינעם נישט אויסגעהערט, איך האב זיך צוגעקלעבט צו די הייליגע ספרים און געזאגט 'זאל זיין וואס זאל זיין, וועל איך נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן'".


דאס וואס דער זיידע פארדרייט דיר דעם קאפ אז די קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל מען האט געמאכט די שידוך נאר על תנאי אז דו האסט נישט מיט ברסלב, און אויב דו האסט יא מיט ברסלב טארסטו נישט לעבן מיט דיין ווייב, די קידושין איז קיין קידושין; דאס איז א שיינע ווערטל, דאס דארפן אלע מקורבים אריבערגיין, און וואויל איז דער וואס דערהאלט זיך און גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע נאר איין זאך, מען זאל נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן דיר, מען זאל נישט מאכן קיין פירוד לבבות; זאלסט רעדן שיין צו איר, זאלסט איר געבן גוטע ווערטער, און זאג איר דעם אמת, אז דער רבי איז דיין לעבן און דו ווילסט זי זאל דיר העלפן, זי זאל דיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - די שווערע נסיעה פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קיין אומאן
אומאן, הדרכות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס צער הערנדיג וואס דו גייסט אריבער פון די שווערע נסיעה וואס דו און נאך אסאך אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אריבער די יאר ביים פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אז מען האט מבטל געווען די נסיעות די לעצטע מינוט, און זייער אסאך זענען געבליבן אין ארץ ישראל, און אסאך זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס און נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן.


האסט זייער גוט געטון אז דו האסט גענומען די פאר טיקעטס פאר דיר און פאר דיינע קינדער; אזוי וואלט איך אויך געטון, אז מען איז מבטל נסיעות און מען האט נאר א מספר מצומצם - קען מען נישט האבן קיין טענות, עס איז פארשטענדליך אז מען כאפט פאר זיך און פאר די קינדער א וועג צו קומען צום רבי'ן, און אז מען טשעפעט דיך און מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה און דאס אננעמען פאר כפרת עוונות; אזוי גייט דאס לעבן, ווער עס טוט פאר אנדערע דארף זיין גרייט צו כאפן בזיונות און קללות וכו' וכו'.


דאס זאל דיך נישט אפשטעלן פון העלפן אנשי שלומינו פאר די קומענדיגע יאר צו קומען צום רבי'ן, און יעדן טאג זאלסטו בעטן אז דו, דיינע קינדער, דיין משפחה און אלע אידן - זאלן קענען קומען ראש השנה הבא עלינו לטובה צום רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#32 - איין תירוץ איז דא; אז דער רבי זאגט קומען, קומט מען
אומאן, ראש השנה, מנהגים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן, אין די בריוו, ביי די דאטום פון פרשת כי תבוא - שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'", ווייל מען גרייט זיך שוין צום גרויסן נסיעה צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער צעברעכט זיינע שוועריקייטן וואס ווילן אפהאלטן זיין נסיעה צום רבי'ן. אזוי ווי רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה זינגט אינעם ליד שיר ידידות: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו, מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו, שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת, כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


שפרינג אריבער אויף דיינע בלבולים, נישטא קיין תירוצים אויף דיינע קשיות. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), וועגן קומען אויף ראש השנה: "וועט זיין נאך א קשיא", ווייל נאר אזוי קען מען קומען; מיט נאך א קשיא און מיט נאך א קשיא, און איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


מיר גייען ראש השנה אנגעטון ווייס; פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל. אויך איז גוט צו קומען צום רבי'ן מיט נייע קליידער; א נייע העמד, מיט נייע אונטער וועש, און א נייע טלית קטן מיט א נייע קאפל. מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט, און אזוי פיר איך זיך.


איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט קומען - קומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#31 - ווען ער עפנט די האנט, דערזעט מען זיך אינגאנצן אפגעפאטשט
היכל הקודש, חשבון הנפש, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס ביסטו אזוי מבולבל וכו'? מאך זיך א חשבון, וואס געבט דיר דער רבי? וואס ביסטו זוכה ביים הייליגן רבי'ן? קוק וואס דו האסט יעצט אין די האנט, און וואס האסטו געהאט ביי וכו'? עס קען זיך דאכטן מען איז אין א פלאץ פון עובדים און דערווייל האט מען נישט גארנישט אין די האנט; נישט קיין משניות, נישט קיין גמרא, נישט קיין שלום בית און נישט קיין שמחה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם" דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה" מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ" ער פאפט אויס אלעמען, יעדן דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם" ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע" אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד" ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


וואס ביסטו אזוי מבולבל? וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? איך געדענק יארן צוריק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל: 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם, פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן. דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - ווארטן צו קענען וויינען, שטערט דאס אינזין האבן פירוש המילות
מחשבות, בלבולים, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "כְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת" ווען א מענטש דאווענט צום אייבערשטן, "וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה" און ער טראכט 'ווען גיי איך שוין אביסל וויינען? ווען גיי איך קענען בעטן מיט טרערן?' "זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה" דאס אליין איז מחשבות זרות, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ" און עס שטערט פון אינזין האבן וואס מען בעט, "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת" און דאס שטערט אים פון קענען אינזין האבן זיינע בקשות, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ" ווען מען דאווענט דארף מען אוועק לייגן אלע מחשבות וואס זענען אויסער פירוש המילות, נאר וועלן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, "וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת" וועט שוין במילא זיך עפענען דאס הארץ און מען וועט זיך קענען אויסוויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה" אבער אז מען שטייט און מען ווארט מען זאל קענען וויינען, "אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ" האט מען גארנישט, נישט דאס וויינען און נישט דאס דאווענען, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה כַּנַּ"ל" מען קען נישט אינזין האבן דאס דאווענען, "כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת הַכַּוָּנָה, שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה" ווייל די מחשבות פון ווארטן צו קענען וויינען שטערט דאס אינזין האבן פירוש המילות, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל כַּנַּ"ל, וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב, וְאִם לָאו לָאו, וְלֹא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה כַּנַּ"ל, עיין שם.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, העיקר זאלסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, און קוק נישט אויף די אלע מחשבות וכו' וואס דאס קומט פונעם יצר הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - קוקן אויב די סביבה איז ערליך, איידער מען ציעט זיך אהין
דירה, יראת שמים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דו הערסט פון מיר ביי די שיעורים, און וואס דו ליינסט אין די בריוו - דאס קענסטו אננעמען, און וואס אנדערע זאגן דיר נאך אין מיין נאמען - אויף דעם נעם איך נישט אחריות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די זאכן, נעם די התחזקות פון הייליגן רבי'ן, נעם די חיזוק צו לערנען די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם די חיזוק אויף התבודדות ותפילה, נעם חיזוק אויף זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אריבער וואס גייט אריבער; צו בלייבן שטארק מיט אמונה פשוטה, גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס איז לטובה; נאר דאס זאל דיך אינטערעסירן.


בנוגע זיך אריבערציען קיין פלארידע; זיי מברר אויב די נייע ישוב וועט זיין געבויט אויף תורה ויראת שמים, אויב עס וועט זיין דארט א רב מיט מוסדות התורה. דאס איז אויף וואס א איד דארף קוקן איידער ער גייט וואוינען אין א פלאץ, אויב ער וועט קענען דארט קונה זיין יראת שמים, אויב די סביבה איז ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - אלע סארט בלבולים אז מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן
תפילה והתבודדות, הפצה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, פארוואס איך זע דיך מער נישט, און אויב דו שטארקסט זיך ווייטער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; התבודדות, גיין אין שול דאווענען דריי תפילות, און פון לערנען שיעורים אין תורה, משניות, גמרא.


איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס וועט דיר זיין פאר חיזוק. ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן, נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן'.


דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו וואס רבי יודל גייט אריבער, זיינע נסיונות. גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווען צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר - ווערט פון שקר - קשר", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער, אים מבלבל זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן; דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שקר א קשר של קיימא, נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן.


איך האף עס וועט בלייבן צווישן אונז א קשר, א קנופ; דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, ווייטער עוסק זיין אין הפצה, ווייטער רעדן מיט יעדן איינעם דבורי אמונה, מעשיות פון תפילה, און אזוי ווי אמאל האסטו נישט געקענט סובל זיין רעדן ניבול פה, האף איך אז דו ביסט ווייטער ריין, דו ביסט ערליך, און נישט הערן קיין שקר חס ושלום אז דער רבי דארף דיך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - איז דא היינט א צדיק וואס קען מיר ברענגען צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי מבולבל, וואס איז א נפקא מינה די גאנצע זאך? וואס פייניגסטו זיך מיט די נארישקייט? קוק אויף די איין זאך: 'וואס האב איך אין האנט? וואס באקום איך דא אין מיין האנט?' איך באקום חיזוק אויף רעדן צום אייבערשטן, איך באקום חיזוק אויף זיך נישט אראפקלאפן, חיזוק אויף שלום בית, חיזוק אויף טון וואס שטייט אין די תורה, חיזוק אויף טון די מצוות מיט שמחה; דאס איז דער עיקר.


די אלע מחשבות וכו' – איז נישט נוגע אויף גארנישט; מאך מיך נישט גרויס און מאך מיך נישט קליין, מאך מיך נישט פאר א צדיק און מאך מיך נישט פאר אויס צדיק, דו קוק אויף איין זאך, אויף 'וואס האב איך אין האנט?'


לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און פאלג די עצות וואס דארט שטייט, בפרט די עצה פון משיח – משיח אלמים, משיח איז די זעלבע ווארט פון שיחה; משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון שמועסן מיטן אייבערשטן, אפילו להבדיל ביי די אומות העולם וועט ער אריינברענגען די שכל פון רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


גיי צו קברי צדיקים, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין, וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך זוך דעם צדיק, וואו איז דא היינט א צדיק וואס קען מיך ברענגען אזוי נאנט צו דיר, איך זאל דיך שפירן א גאנצן טאג, איך זאל צו דיר רעדן", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן לט), מען דארף וויינען און קייכן צום אייבערשטן מיר זאלן טרעפן דעם צדיק וואס קען אונז ברענגען צו טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.


נאכאמאל, איך בעט דיר זייער, לאז מיך ארויס פון בילד, מאך נישט קיין עסק פון מיר, הייב מיך נישט אויף און ווארף מיך נישט אראפ. אנשטאט שטיין און חקר'נען וואס איז דער ראש ישיבה, יא א צדיק אדער נישט – זאלסטו אריינכאפן נאך משניות און נאך גמרא, און נאך אביסל גיין הפצה.


אז די שיעורים און די בריוו פון עצתו אמונה זענען דיך מחזק פאר עבודת השם – זאלסטו דאס ווייטער אויסהערן, און לערנען און פאלגן וואס שטייט אין די בריוו און וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און אז מיר וועלן טון וואס דער רבי זאגט – וועלן מיר אלע ווערן צדיקים, אויך איך, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ), דורך לערנען זיינע ספרים ווערט מען א גרויסער צדיק.


 

#26 - וואס האט מיר אויסגעפעלט די פרוי?
שלום בית, מחשבות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו אלעס פאר דיין שלום בית, זיי מוותר, זוך שלום און זיי דער וואס איז נישט גערעכט, אבי עס זאל זיין שלום בית.


עס איז א גרויסע מדריגה צו זיין א מכיר את מקומו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ו) איינע פון וועגן ווי אזוי מען קען זוכה זייין צו קונה זיין די הייליגע תורה, איז "המכיר את מקומו", וויסן די גאנצע אמת אויף זיך, אזוי האלט מען זיך נישט גרויס. בפרט נאך די חתונה ווען די קליפות קומען צום מענטש מיט די דמיונות, זיי לייגן אריין א דיבוק אינעם מענטש, מען טראכט 'וואס האט מיר אויסגעפעלט חתונה האבן מיט די פרוי... איך וואלט געקענט האבן בעסערס, איך בין דאך אזוי געלונגען, און יעצט וועל איך ליידן א גאנץ לעבן', ווען די רוחות רעות קומען און ווילן פארכאפן דעם מענטש מיט זייערע טומאות, מיט די טריפה'נע מחשבות 'איך בין אזוי געלונגען, איז וואס דארף איך זיין מיט אזא נארישע פרוי, איך קען ווען האבן סאך בעסערס און סאך שענערס'; דעמאלט דארף מען האבן דעם צדיק זאל דערמאנען: 'ווער ביסטו? וואס פארקויפסטו?' און זיין א מכיר את מקומו, זיך קענען גוט אפלערנען, וויסן 'ווי נידריג און נאריש בין איך, און דער אייבערשטער האט רחמנות אויף מיר און מיך חתונה געמאכט, איך בין אסאך ווייניגער ווי מיין ווייב', אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא" אז דיין ווייב איז קליין, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", ווי רש"י זאגט: "כפוף עצמך ושמע דבריה", בייג זיך אראפ צו איר און הער איר אויס; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - טו וואס איז גוט פאר דיר
תפילה והתבודדות, התחזקות, סדר דרך הלימוד, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם דעם כלל אין לעבן: "טו וואס איז גוט פאר דיר"; אז דו האסט געפונען א פלאץ וואס דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, נענטער צו די תורה - זאלסטו נישט קיינעם אויסהערן, נאר ווייטער ממשיך זיין דינען דעם אייבערשטן.


לערן דיינע שיעורים אין מקרא, משנה און גמרא. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, און ועל כולם גיי זיך מתבודד זיין, רעדר צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זיין א צדיק.


מאך זיך נישט צוטון וואס מענטשן פרעגן דיר אלע סארט פראגעס וכו'; מענטשן זענען דיך מקנא, דו זיי ממשיך, נעם דעם כלל: "טו וואס איז גוט פאר דיר".


געב א גרוס דיינע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#24 - דער יצר הרע וויל נאר צעברעכן אז ס'פעלט נישט אויס די ספרים און גליונות
התחזקות, הפצה, הדפסה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואלסטו געוואוסט וויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים פון 'אשר היה אל יואל', מיט די גליונות פון 'שיעורי חינוך' און מיט די גליונות פון 'ספורי מעשיות' - וואלסטו געטאנצן פאר שמחה א גאנצן טאג; אז דו האסט די זכיה צו עוסק זיין אין דעם.


דאס וואס דו האסט בלבולים וכו' וכו'; וויסן זאלסטו, אלע וואס טוען פארן רבינ'ס זאך האבן די געפיל אז זיי טוען גארנישט אויף. אזוי גייט עס, מען טראכט: 'ווער דארף די גליונות? ווער דארף די ספרים? וכו', מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, אבער דאס איז נישט אמת; אודאי טוען די ספרים אויף, אודאי איז דאס מקרב מענטשן צום אייבערשטן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


איך האב אליינס געהערט כמה פעמים פון מוהרא"ש; פון די גרויסע מחלוקת און בזיונות פלעגט מוהרא"ש צומאל טראכטן 'ווער דארף די ספרים און וואס טוט דאס אויף?' און פינקט אין די מינוט איז פון הימל געקומען אן ענטפער; א בחור איז געקומען זאגן ווי ער איז געראטעוועט געווארן פון די ספרים, אדער א אינגערמאן איז געקומען דערציילן ווי ער איז געווען באגראבן אין שאול תחתית און די קונטרסים - דאס האט אים געראטעוועט.


אז דו האסט בלבולים, דו טראכסט דו געבסט אוועק אזויפיל צייט, וואס טוט דאס שוין אויף...? וויל איך דיר בעטן זאלסט אפלאזן די מחשבות, דאס איז פונעם סמ"ך מ"ם וואס זוכט אלע מיטלען ווי ער קען אפשטעלן די גליונות וואס איז מחזק אזויפיל מענטשן, און דאס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה; נעמט ער זיך צו די ביינער פון די שרייבערס, טייפערס און מגיהים.


חזק ואמץ בכל כוחך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#23 - בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן
התחזקות, חלישות הדעת, רבינו ז"ל, בלבולים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האלט זיך מיטן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן, ווייל דער סמ"ך מ"ם ימח שמו טוט אלעס וואס ער קען נאר, אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן.


איך ווייס דו גייסט יעצט אריבער א פרישע פרשה פון חלישות הדעת, יעצט שפירסטו ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, דו ווילסט אפלאזן היכל הקודש, בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערער חבר, בלייב ביים רבי'ן; וועסטו אויך זיין אין גן עדן ביים רבי'ן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


אויבן אין הימל איז דא אסאך מער בלבולים און אסאך חלישות הדעת מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען פארדריידט די נשמה; די מלאכי חבלה, די מקטריגים - זענען געפערליך, און ווי אזוי מען לעבט דא, ווי אזוי מען בינדט זיך צו דא - אזוי וועט זיין דארט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


איך האב דיר שוין געשריבן די מעשה, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל די מעשה ווייל עס איז זייער וויכטיג און עס שטעלט אוועק דעם קאפ ווי צו טראכטן ווען מען האט די בלבולים וכו' וכו'. דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - היכל הקודש זאל זיין דיין פלאץ, זאל זיין וואס זאל זיין
היכל הקודש, רבינו ז"ל, אחדות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש פון לאנדאן, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק, האלט אייך אינאיינעם, קומט אלע דאווענען אין רבינ'ס שול, אין בית המדרש היכל הקודש, אפילו מען וואוינט ווייט און אפילו עס איז שווער; בינדט אייך צו צום רבי'ן, א שאד עס זאל צעפאלן ענקער מנין.


דער גבאי ר' שמחה שרייבט מיר איך זאל ענק שרייבן, ענק מחזק זיין עס זאל נישט צעפאלן דער מנין.


וויסן זאלט איר, דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט זייער פיינט דעם הייליגן רבי'ן, ער טוט אלעס אין דער וועלט צו מרחק זיין פון הייליגן רבי'ן. אויך קען ער זיך גוט פארשטעלן מיט א פרומען לבוש, כאילו די חברים תלמידי היכל הקודש - זענען צו פשוט, זיי זענען נישט מיין גאטונג וכו', און צומאל העלפט ער טרעפן חסרונות ביי דעם און ביי יענעם, ביז ער איז מרחק דעם מענטש פון רבי'ן.


בעט איך אייך זייער, בינדט אייך צו צום רבי'ן, דעם רבינ'ס שול זאל זיין דיין שול, היכל הקודש זאל זיין דיין פלאץ, זאל זיין וואס זאל זיין. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרה): "אֲפִילּוּ אִם אֵינוֹ אִישׁ כָּשֵׁר, אַף עַל פִּי כֵן טוֹב לוֹ מְאֹד מַה שֶּׁמִּתְקָרֵב עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיק", אפילו מען איז נישט אזוי ווי מען דארף צו זיין זאל מען זיך מקרב זיין צום צדיק. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "'אַל תְּהִי רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמְךָ', שֶׁאֲפִילּוּ אִם הוּא רָשָׁע חַס וְשָׁלוֹם, לֹא יִהְיֶה רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמוֹ", אפילו מען איז חס ושלום א רשע, מען איז ווייט פונעם אייבערשטן - זאל מען נישט זיין פאר זיך אליינס, "רַק הוּא גַּם הוּא יִשְׁתַּדֵּל לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה לוֹ אֵיזֶה אַחֲרִית וְתִקְוָה עַל כָּל פָּנִים", נאר זיין ביים צדיק, זיך מקרב זיין צום צדיק, אזוי וועט דער צדיק אים פאררעכטן און עס וועט עפעס בלייבן פון אים.


ליבער ברידער האלט אייך אינאיינעם, דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער
היכל הקודש, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר, עס איז גוט סיי פאר מיר און אויך פאר דיר - מיר זאלן בלייבן ווייטער נאנט.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז די שכל וואס מוהרא"ש לערנט אין די טויזנטער בריוו און אין די טויזנטער ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיינע וועגן, און זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


 

#20 - איך בין דיר נישט מרחק, זיי מיר דן לכף זכות
ספיקות, פרנסה, ראש ישיבה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריין אין די געשעפט און דו זאלסט מצליח זיין, העיקר זיי שטארק, גיי אליינס אריין אין ביזנעס. זיי זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט מצליח זיין.


אגב, דיין ווייב שרייבט מיר, היתכן איך בין דיך מרחק, שוין אפאר מאל ביסטו געקומען צו מיר און איך עפן נישט דעם טיר; איך וויל דיר זאגן, איך בין דיר נישט מרחק, איך האב דיך זייער ליב, איך מיין עס איז שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע מאכט טראכטן, איך בין דיך נישט מרחק, און אויב איך ענטפער נישט - אפשר בין איך פארנומען? מען מעג אויך דן זיין לכף זכות דעם ראש ישיבה.


א צווייטער אינגערמאן שרייבט מיר היתכן איך בין אים מרחק, ער רופט מיר און איך ענטפער נישט, און ער שרייבט מיר ער ווייסט קלאר אז איך בין דעמאלט נישט געווען פארנומען, וויל איך דיר זאגן: "דו ווייסט נישט, און קיינער ווייסט נישט - וואס איך גיי אריבער א טאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#19 - געב אכטונג פון די נערווען וואס קומט ביי די הייליגע טעג
תפילה והתבודדות, שמחה, ספיקות, יום טוב, בלבולים, נערווען, ל"ג בעומר, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג פון די נערווען וואס קומט ביי די הייליגע טעג, ווי למשל ל"ג בעומר, פורים וכדומה, פון "אויסנוצן די טאג". פון איין זייט דארף מען זיך אויפפרישן אין די הייליגע טעג און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין זיך צו קענען דערנענטערן צו אים, אבער פון די אנדערע זייט טאר דאס נישט ווערן נערווענדיג און עצבות'דיג פון בלבולים, פון זיך שלאגן אין קאפ מיט מחשבות 'איך האב שוין אויסגענוצט דעם טאג?' 'איך האב שוין אריינגעכאפט?' 'איך האב שוין גענוג געדאווענט?' וכדומה לזה.


איך שרייב דיר דאס אין מירון ווייל איך זע ווי מענטשן ווערן נערוועז אויב זיי האבן שוין געטון גענוג. מענטשן הערן א ווארט, ווי למשל 'וויינען אין די מערה, טאנצן אין חצר', 'אינעווייניג איז יום כיפור, אינדרויסן שמחת תורה'; אנשטאט זיך פרייען און זיך אויסבעטן - ווערט מען נערוועז אויב מען האט שוין גענוג געוויינט און גענוג גע'שמחת תורה'עט.


די שמחה דא איז נישט צו באגרייפן, און אז מען האט די לימודים פון רבי'ן - איז גאר גוט, מען קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן מיט שעפשען תפילות מיט די ליפן ווי מען איז, וואו מען געפונט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - אויף אן ערליכער איד גייט איבער בלבולים און חלישות הדעת
התחזקות, נסיונות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס גייט איבער אויף דיר, דו האסט עליות און ירידות, בלבולים און חלישות הדעת, דו ביסט אזוי צעמישט און צוחושט, דו ווילסט אויפגעבן; וויל איך דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אויב איינער האט נישט קיין שום בלבולים און חלישות הדעת, אלעס גייט אים כסדר - איז ער אין נאך אין עולם התוהו, עולם הדמיון; ווייל דער ערליכער איד מוז אריבערגיין יעדן טאג דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער.


מוהרא"ש דערציילט, איינער האט געפרעגט דעם גרויסן געטליכן מאן רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "פון ווי קען איך וויסן אויב איך בין נישט אין עולם הדמיון, עולם התוהו?" האט ער אים געזאגט: "אויב דו טראכסט אז אלעס גייט דיר כסדר, אן קיין עליות און ירידות - איז דאס א סימן אז דו ביסט נאך אין עולם הדמיון, עולם התוהו, ווייל אויף יעדן ערליכער איד מוז אריבערגיין אויף אים יעדן טאג עליות, ירידות, בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'".


ברודער, ליבער ברודער, לאז דיך נישט, לאז דיך נישט נאך, הייב זיך אויף, קום צוריק צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - ביים אייבערשטן בין איך א בת יחידה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, התחזקות, פלעי, מאוויס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין אין אייך די מחשבות אז ביים אייבערשטן זענט איר שוין סיי ווי סוג ב' און איר זענט שוין סיי ווי פארפאלן - זאלט איר זיך זאגן: "ליגנט!" זאגט זיך אליינס: "נישט אמת!" "איך בין ביים אייבערשטן א בת יחידה", "איך בין זייער גוט און זייער חשוב".


די אלע מחשבות וואס איר טראכט 'איך בין נישט גוט' - דאס איז פונעם שטן, פונעם מלאך המות וואס וויל הרג'ענען דעם מענטש און אים צונעמען אלעס פון זיין לעבן. בעט איך אייך זייער איר זאלט אים נישט צו הערן, נאר גלייבן אז איר זענט זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


בנוגע קוקן מאוויס, פלעיס וכו' וכו'; עס לוינט זיך נישט צו קוקן, עס לוינט זיך צו היטן פון די זאכן. ווייל אז מען האט הייליגע אויגן און א ריינעם מח - איז מען זוכה צו ערליכע קינדער, דאס לעבן איז זיס און געשמאק.


ובנוגע וואס איר זאגט, עס איז אייך שווער צו מכבד זיין די עלטערן אין הארץ, עס איז שווער צו טראכטן שיין פון זיי; וויסן זאלט איר, מיט תפילה והתבודדות קען מען צו דעם אויך זוכה זיין.


בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיינע עלטערן, איך זאל זיי מכבד זיין, איך זאל טראכטן נאר גוטס אויף זיי. רבונו של עולם, עס איז מיר גרינג צו טראכטן אויף אנדערע גוט, איך קען דן זיין לזכות פרעמדע, אבער מיינע אייגענע עלטערן, מיינע נאנטע - אויף זיי איז שווער צו טראכטן גוטס; העלף מיר איך זאל זיי מכבד זיין און אויך אין הארץ זאל איך זיי מכבד זיין. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל דיך שפירן".


מיט תפילה וועט איר זוכה זיין צו קענען טון די מצוה ווי מען באדארף.


 


 

#16 - אז מען דערהאלט זיך ביים רבי'ן, איז דאס א גרויסער חידוש
צדיקים, חסידות ברסלב, ספיקות, אמונת חכמים, פסח, קשיות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר שווער און ביטער - זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויפן רבי'ן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, בדרך כלל ווען עס גייט אריבער שווערע טעג און מען האט קשיות און ספיקות - זענען די הייליגע צדיקים די ערשטע אויף וועם מען הויבט אן האבן קשיות, און זיי ווערן די כפרה...


דעריבער זעט מען אז נישט אלע האבן די זכי' צו בלייבן ביים הייליגן רבי'ן; מען קילט זיך אפ, מען האט שאלות, בלבולים וכו', און אז מען דערהאלט זיך יא - איז דאס א גרויסער חידוש; אזוי ווי די מעשה גייט, רבי נתן האט געזען איינעם פון אנשי שלומינו מיט א ווייסע בארד, איז ער געווארן זייער איבערראשט און געזאגט: "א ווייסע בארד און א ברסלב'ער חסיד?!"


מארגן פארנאכטס וועלן מיר שעפן מים שלנו פאר די ערב פסח מצות ביי אונזער בעקעריי אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#15 - דער אייבערשטער וויל אונזער האלבע ארבעט
עבודת השם, תשובה, בלבולים, מדריגות, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת שקלים, מען ליינט די פרשה וואס דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו ער זאל זאגן פאר אלע אידן יעדער זאל געבן א מחצית השקל, לכפר על בני ישראל.


מיר קענען האבן שטארקע חיזוק פון די מצוה פון מחצית השקל. דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן נישט ברענגען א גאנצע שקל נאר א האלבע, ווייל געווענליך וויל מען זיין גוט - נאר אז מען קען זיין אינגאנצן גוט, אויב וועט מען נאר קענען זיין אביסל גוט - וויל מען בכלל נישט אנהויבן, עס איז נישט אינטערעסאנט. אבער דער אייבערשטער וויל יא מען זאל טון וואס מען קען, דער אייבערשטער וויל אונזער האלבע ארבעט. מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר זענען מענטשן מיט שווערע ביטערע נסיונות; דער אייבערשטער ווארט צו זען ווי מיר פרובירן עפעס צו טון גוטס, ווי מיר טוען עבודת השם האלבוועגס; דאס איז דער מחצית השקל.


קוקט אריין אין די ווערטער פון דער הייליגער רבי נתן, פייערדיגע ווערטער, וויכטיגע ווערטער. ער זאגט (לקוטי הלכות תרומות ומעשרות הלכה ג, אות ג): "כִּי בְּוַדַּאי אִם נִתְפֹּס אֵיזֶה אָדָם שֶׁהוּא בִּכְלַל יִשְׂרָאֵל שֶׁלֹּא נִזְרְקָה בּוֹ אֶפִּיקוֹרְסוּת וּמִינוּת, אִם נִשְׁאַל אוֹתוֹ אִם הוּא חָפֵץ בִּתְשׁוּבָה, לַחֲזֹר לַה' יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל יָשִׁיבוּ פֶּה אֶחָד שֶׁרוֹצִים מְאֹד מְאֹד לָשׁוּב לַה' יִתְבָּרַךְ, וּמִתְגַּעְגְּעִים לָזֶה מְאֹד מְאֹד יָמִים וְשָׁנִים", אז מען וועט פרעגן א מענטש, נישט קיין חילוק ווער זאל נאר זיין, איינער וואס איז נישט קיין מין, קיין אפיקורס, אויב וועט מען אים פרעגן: זאג מיר ר' איד, דו ווילסט תשובה טון? דו ווילסט זיין ערליך? וועלן אלע דיר ענטפערן: יא, זיכער! מען וועט ענטפערן: וואס איז די פראגע? ווער וויל דען נישט זיין גוט?! "וְגַם אִם נִשְׁאַל אוֹתוֹ אִם רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֵיזֶה דָּבָר בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ כְּדֵי לָשׁוּב אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כְּגוֹן לִלְמֹד דַּף גְּמָרָא אוֹ לִתֵּן פְּרוּטָה לִצְדָקָה אוֹ לֵילֵךְ לִטְבֹּל בְּמִקְוֶה וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה, מִדְּבָרִים הַמְקַדְּשִׁין אֶת הָאָדָם, בְּוַדַּאי יָשִׁיב בְּפֶה מָלֵא הֵן, כִּי בְּוַדַּאי אֲנִי מְרֻצֶּה לַעֲשׂוֹת בְּכִפְלַיִם", און אז מען וועט אים פרעגן: ווילסט עפעס טון צו זיין גוט? ווילסט לערנען א בלאט גמרא, אדער געבן א פרוטה פאר צדקה? ווילסט גיין אין מקוה, אדער אנדערע גוטע זאכן וואס מאכט הייליג און ברענגט נאנט צום אייבערשטן? וועט יעדער זאגן בפה מלא: יא, אודאי איך בין גרייט צו טון טאפלט אפילו, "וּבִלְבַד שֶׁיּוֹעִיל לִי", נאר מיט איין תנאי, אז עס וועט מיר העלפן. "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ שֶׁכָּל זֶה אֵינוֹ מוֹעִיל לִי", ווייל איך ווייס אז די זאכן וועט מיר נישט העלפן, "לְפִי עֹצֶם רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַחֲטָאִים שֶׁפָּגַמְתִּי נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַךְ", איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט פארן אייבערשטן, וועט מיר דאס אלעס נישט העלפן, "וּמֵחֲמַת זֶה שֶׁנִּדְמֶה לוֹ שֶׁכָּל זֶה לֹא יוֹעִיל לוֹ", און דערפאר וואס עס דאכט זיך אים אז עס וועט אים נישט העלפן, "עַל כֵּן אֵינוֹ עוֹשֶׂה כְּלָל", טוט ער גארנישט. "וְיֵשׁ שֶׁנָּפְלוּ כָּל כָּךְ בְּדַעְתָּם עַד שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִלּוּ לִלְמֹד דַּף גְּמָרָא אוֹ פֶּרֶק מִשְׁנָיוֹת, מֵחֲמַת שֶׁיּוֹדְעִים שֶׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת הַרְבֵּה מְאֹד, וּמֵחֲמַת זֶה אֵינָם עוֹשִׂים כְּלָל", עס זענען דא וואס זענען נעבעך אזוי געפאלן אז זיי עפענען נישט קיין גמרא און משניות, ווייל זיי ווילן טון אסאך - דעריבער טוען זיי גארנישט.


"וְעַל זֶה כְּבָר הִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, אַל תִּצְדַּק הַרְבֵּה וְאַל תִּרְשַׁע הַרְבֵּה. כִּי מֵחֲמַת שֶׁרוֹצֶה לִהְיוֹת צַדִּיק הַרְבֵּה כַּנַּ"ל. עַל כֵּן הוּא רָשָׁע הַרְבֵּה חַס וְשָׁלוֹם כַּנַּ"ל", אויף דעם שרייט שלמה המלך, זוך נישט צו זיין אסאך צדיק, און טו נישט קיין סאך שלעכטס; ווייל איינס איז תלוי אין די אנדערע, וויבאלד מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט. "כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הָיָה רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹעֵר בְּלִבּוֹ כַּנַּ"ל. וּלְקַדֵּשׁ עַצְמוֹ בְּכָל הַקְּדֻשּׁוֹת וְלַהֲפֹךְ פָּנָיו מֵהָעוֹלָם הַזֶּה לְגַמְרֵי וְכוּ' וְכוּ' וְיוֹתֵר וְיוֹתֵר", אודאי און אודאי דארף א מענטש ברענען צום אייבערשטן און וועלן זיין דער גרעסטער צדיק וואס איז שייך, זיך אינגאנצן אויסדרייען דעם פנים פון די נארישע וועלט, "אֲבָל אַף עַל פִּי כֵן וְכִי מָאן דְּלָא יָכוֹל לְמֶעֱבָד כֹּלָּא מִצְוָה פַּלְגָּא מִצְוָה נָמֵי לָא לֶעֱבָד", אבער אז עס גייט נישט אינגאנצן - זאל מען שוין גארנישט טון? "וְכִי מִפְּנֵי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַרְוִיחַ כָּל מַה שֶּׁיְּכוֹלִין לְהַרְוִיחַ בְּזֶה הָעוֹלָם אִם כֵּן לֹא יַרְוִיחַ כְּלָל וְגַם יַפְסִיד חַס וְשָׁלוֹם מַה שֶּׁיַּפְסִיד רַחֲמָנָא לִצְלָן רַחֲמָנָא לִצְלָן", און אז מען קען נישט פארדינען אלעס - זאל מען פארלירן אלעס?! דאס איז די זאך פון מחצית השקל; קענסט נישט טון אסאך - טו האלב.


רבי נתן שרייבט פייער: "כִּי עִקַּר הַתְּשׁוּבָה הוּא לֵב נִשְׁבָּר, וּמֵאַחַר שֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁפָּגַם כָּל כָּךְ הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה שֶׁיַּעֲשֶׂה מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ, וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא יִזְכֶּה כִּי אִם לְמַדְרֵגָה הַפְּחוּתָה מְאֹד", א מענטש דארף זיין גרייט תשובה צו טון און דינען דעם אייבערשטן אפילו ער וועט נישט קענען אנקומען צו שלימות, "וְאִם לֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי כָּל עֲבוֹדָתוֹ כִּי אִם לְמַעֵט עָנְשׁוֹ בַּגֵּיהִנֹּם קְצָת, גַּם כֵּן כְּדַאי לְבַלּוֹת כָּל יָמָיו בַּעֲבוֹדַת ה' בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד", און אפילו ער וועט נאר קענען אראפנעמען פון זיך איין קליינע ברי פון גיהנום - איז נאכאלץ כדאי צו דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, "כִּי צַעַר אֶחָד בַּגֵּיהִנֹּם רֶגַע אַחַת עוֹלֶה יוֹתֵר מִכָּל הָעוֹלָם הַזֶּה כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל איין ברי אין גיהנום איז מער ווייטאגליך פון אלע ווייטאג פון די וועלט.


דאס איז געווען די סיבה פארוואס ירבעם בן נבט איז אוועקגעפאלן. ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט: "חֲזֹר בְּךָ וַאֲנִי וְאַתָּה וּבֶן יִשַׁי נְטַיֵּל בְּגַן עֵדֶן", טו תשובה און איך, דו און דוד המלך וועלן מיר צוזאמען שפאצירן אין גן עדן, האט ער געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי בָּרֹאשׁ", ווער וועט זיין דער ערשטער - איך צי דוד המלך? האט אים דער אייבערשטער געענטפערט: "בֶּן יִשַׁי בָּרֹאשׁ", דוד המלך וועט זיין בראש, האט ער נישט געוואלט תשובה טון.


פרעגט רבי נתן: "וְלִכְאוֹרָה הַדָּבָר תָּמוּהַּ, כִּי הֲלֹא יָרָבְעָם הָיָה חָכָם גָּדוֹל. וְאֵיךְ יַעֲלֶה עַל דַּעְתּוֹ לִשְׁאֹל אֶת ה' יִתְבָּרַךְ מִי בָּרֹאשׁ", עס איז זייער שווער צו פארשטיין, ירבעם בן נבט איז דאך געווען א גרויסער חכם, ווי קומט צו אים צו פרעגן אזא שאלה: ווער וועט זיין בראש? אודאי וועט דוד המלך זיין דער ערשטער, "וְכִי יִהְיֶה חוֹטֵא נִשְׂכָּר, הֲיַעֲלֶה עַל הַדַּעַת שֶׁאַחַר שֶׁהִרְשִׁיעַ כָּל כָּךְ יִהְיֶה גָּדוֹל יוֹתֵר מִדָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, שֶׁעָבַד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד כָּל יָמָיו" ווייל ווי קען מעגליך זיין אז א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן געזינדיגט - זאל זיין העכער פון א צדיק וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן? ענטפערט דער הייליגער רבי נתן אז דער פשט איז אזוי, ווען דער אייבערשטער איז געקומען צו ירבעם בן נבט ער זאל תשובה טון - איז ער תיכף געווארן זייער צופלאמט און געוואלט וויסן צי ער וועט קענען צוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווייט אז ער זאל נאך זיין גרעסער פון דוד המלך, "נִמְצָא שֶׁלֹּא דִּבֵּר שְׁטוּת גָּמוּר כִּי לֹא עָלָה עַל דַּעְתּוֹ שֶׁיִּהְיֶה בְּחִנָּם גָּבֹהַּ מִדָּוִד", ער האט נישט געמיינט צו פרעגן צי ער וועט זיין אומזיסט העכער פון דוד המלך, "רַק שֶׁשְּׁאֵלָתוֹ הָיָה שֶׁהָיָה רוֹצֶה לַעֲבֹד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ עַד שֶׁיַּעֲלֶה בְּמַדְרֵגָה יוֹתֵר מִדָּוִד", נאר ער האט געוואלט וויסן, אויב ער וועט תשובה טון און דינען דעם אייבערשטן, צי ער קען נאך זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, "וְזֶהוּ בְּוַדַּאי אֶפְשָׁר וְאֶפְשָׁר", און דאס איז זיכער מעגליך, "כִּי כָּל אָדָם אֲפִלּוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲלוֹת לְמַדְרֵגוֹת גְּבוֹהוֹת מְאֹד", ווייל אפילו א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט, ער איז נעבעך א פושע ישראל, אויב טוט ער תשובה קען ער זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִין לַעֲמֹד", א בעל תשובה קומט אן אויף א העכערע פלאץ אויבן אין הימל ווי די צדיקים; מיט דעם אלעם האט ער נישט געטון ריכטיג, ווייל מען קען נישט אנהענגען די תשובה אין דעם 'נאר אז מען קען נאך זוכה זיין וכו'', דעריבער האט אים דער אייבערשטער געענטפערט פארקערט ווי ער האט געוואלט הערן, אז דוד המלך וועט זיין העכער פון אים, "כִּי הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה לָשׁוּב אֲפִלּוּ אִם לֹא יִזְכֶּה רַק לְמַדְרֵגָה קְטַנָּה מְאֹד", ווייל מען דארף זיין גרייט תשובה צו טון אפילו מען וועט זוכה זיין צו קומען צו א קליינע מדריגה, "וְאִם יִהְיֶה מְרֻצֶּה לְכָךְ בְּוַדַּאי ה' יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו", און אויב דער מענטש איז גרייט אויף דעם, ער וויל גארנישט, נאר דעם אייבערשטן - וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים, "וּבִרְבוֹת הַיָּמִים אִם יִהְיֶה חָזָק בְּדַעְתּוֹ לְבַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, אֲפִלּוּ אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה, יוּכַל לִזְכּוֹת לַעֲלוֹת מִדַּרְגָּא לְדַרְגָּא וְלִקְנוֹת חַיֵּי עוֹלָם וְיִזְכֶּה לְמַה שֶּׁיִּזְכֶּה, אַשְׁרֵי לוֹ".


דאס איז מחצית השקל: געב האלב, טו האלב, קענסט נישט טון די גאנצע? דארפסט נישט טון דאס גאנצע; וואס קענסטו יא טון? וויפיל קענסטו יא טון?


א פרייליכן שבת.

#14 - זיך שטארקן און דערהאלטן, טראץ אלע בלבולים
שמחה, התחזקות, סיפורי צדיקים, עצבות, ספרי ברסלב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער זיסער ברודער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינסטו, נאר דו גייסט אריבער בלבולים? נאר ביי דיר דריידט זיך די קאפ? אלע צדיקים פון אלע דורות זענען אריבער די זאכן, און נאר ווייל זיי האבן זיך געשטארקט מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן פון די בלבולים - זענען זיי געווארן צדיקים.


איך וויל מיט דיר לערנען א שטיקל לקוטי מוהר"ן, די צווייטע חלק סימן מח. איך פלעג זייער אסאך לערנען די תורה אין מיינע יונגע יארן, איך האב געשפירט אזוי גוט נאכן לערנען די תורה, איך האב געזען אז עס איז דא א רבי וואס פארשטייט מיך, ער זעט וואס גייט אריבער אויף מיר.


כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת ווען א מענטש הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, דארף ער זיין גרייט אז מען גייט אים ווייזן ווי מען דארף אים נישט, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה, וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם עס וועט זיך אים דאכטן ווי פון הימל שטופט מען אים אוועק און מען לאזט אים נישט ווערן אן ערליכער איד, וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת אבער וויסן זאלסטו, דאס וואס מען שפירט ווי מען ווערט דערווייטערט - איז נאר צו ברענגען דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן.


וְצָרִיךְ הִתְחַזְּקוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִבְלִי לִפֹּל בְּדַעְתּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם און מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו באקומען חלישות הדעת, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁעוֹבְרִים כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים שֶׁהוּא מִתְיַגֵּעַ בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת בִּשְׁבִיל עֲבוֹדוֹת הַשֵּׁם, פון וואס מען זעט ווי עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן וואס מען מוטשעט זיך מיט שווערע עבודות, וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מְאֹד און מען איז נאכאלץ זייער ווייט, וְלֹא הִתְחִיל כְּלָל לִכְנֹס לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה מען האט נאך בכלל נישט אנגעהויבן אריינקומען צו די קדושה. כִּי רוֹאֶה עַצְמוֹ שֶׁהוּא מָלֵא עֲדַיִן עֲבִיּוּת וְגַשְׁמִיּוּת וְהִרְהוּרִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים מען איז נאך א פארגרעבטער מענטש פול מיט שלעכטע געדאנקען און אזויפול בלבולים, וְכָל מַה שֶּׁהוּא רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה אֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ און וואס איך וויל נאר טון פאר עבודות השם גייט מיר נישט, וְנִדְמֶה לוֹ כְּאִלּוּ אֵין הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל עָלָיו כְּלָל און דאס מאכט טראכטן אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף מיר, וְאֵין רוֹצֶה כְּלָל בַּעֲבוֹדָתוֹ און ער וויל נישט מיינע עבודות, מֵחֲמַת שֶׁהוּא רוֹאֶה שֶׁהוּא צוֹעֵק בְּכָל פַּעַם ווייל איך שריי, וּמִתְחַנֵּן וּמִתְנַפֵּל לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ און איך בעט זיך ביים אייבערשטן, שֶׁיַּעְזְרֵהוּ בַּעֲבוֹדָתוֹ, ער זאל מיך העלפן, וְאַף עַל פִּי כֵן עֲדַיִן הוּא רָחוֹק מְאֹד מְאֹד און נאכאלץ בין איך אזוי ווייט, עַל כֵּן נִדְמֶה לוֹ כְּאִלּוּ אֵין הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מִסְתַּכֵּל עָלָיו כְּלָל דאס מאכט טראכטן אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף מיר, וְאֵין פּוֹנֶה אֵלָיו כְּלָל און ער הערט נישט צו מיין געבעט, כִּי הוּא יִתְבָּרַךְ אֵין רוֹצֶה בּוֹ כְּלָל ער וויל מיך בכלל נישט, הֵן עַל כָּל אֵלֶּה אויף די אלע זאכן, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה און אויך אנדערע סארט זאכן, צָרִיךְ הִתְחַזְּקוּת גָּדוֹל לְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד מְאֹד דארף מען זיך זייער שטארקן, וְלִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עַל כָּל זֶה כְּלָל נישט צו קוקן אויף דעם, כִּי בֶּאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת ווייל דאס וואס מען שפירט זיך ווייט - איז נאר צו ברענגען דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן, כַּנַּ"ל אזוי ווי אויבן אויסגעשמועסט.


וְכָל הַנַּ"ל און אלעס וואס מיר האבן פריער דערמאנט, עָבַר עַל כָּל הַצַּדִּיקִים איז אריבער אויף אלע צדיקים, כַּאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ מִפִּיהֶם בְּפֵרוּשׁ אזוי ווי מיר האבן געהערט פון זיי אליינס, שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם אז עס האט זיך זיי געדאכט, שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵין מִסְתַּכֵּל וּפוֹנֶה אֲלֵיהֶם כְּלָל אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף זיי און דארף זיי נישט, מֵחֲמַת שֶׁרָאוּ ווען זיי האבן געזען, שֶׁזֶּה זְמַן רַב אז נאך אזא לאנגע צייט, שֶׁהֵם מְבַקְּשִׁים וואס זיי בעטן, וִיגֵעִים און פלאגן זיך, וְעוֹשִׂים וְעוֹבְדִים עֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ און טוען עבודת השם, וַעֲדַיִן הֵם רְחוֹקִים מְאֹד מְאֹד זענען זיי נאכאלץ זייער ווייט, וְאִלּוּ לֹא הָיוּ מְחַזְּקִים עַצְמָן מְאֹד און ווען זיי וואלטן זיך נישט געשטארקט, לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עַל זֶה נישט צו קוקן אויף די אלע זאכן, הָיוּ נִשְׁאָרִים בִּמְקוֹמָם הָרִאשׁוֹן וואלטן זיי געבליבן ווי ביים אנהויב, וְלֹא הָיוּ זוֹכִים לְמַה שֶּׁזָּכוּ און זיי וואלטן נישט זוכה געווען צו ווערן צדיקים.


וְהַכְּלָל, אֲהוּבִי אָחִי מיין ליבער ברודער, חֲזַק וֶאֱמַץ מְאֹד שטארק זיך, וֶאֱחֹז עַצְמְך בְּכָל הַכֹּחוֹת און דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, לִשָּׁאֵר קַיָּם בַּעֲבוֹדָתֶךָ צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן, וְאַל תָּחוּשׁ און עס זאל דיך נישט אנגיין, וְאַל תִּסְתַּכֵּל כְּלָל און קוק נישט, עַל כָּל הַנַּ"ל אויף דאס אלעס, אוֹ כַּיּוֹצֵא בָּזֶה און אויף אנדערע זאכן, וְאִם אַתָּה רָחוֹק מְאֹד מְאֹד מִמֶּנּוּ יִתְבָּרַךְ און אויב דו ביסט טאקע אזוי שטארק ווייט פונעם אייבערשטן, וְנִדְמֶה לְךָ און עס דאכט זיך דיר, שֶׁאַתָּה פּוֹגֵם אז דו טוסט שלעכטס, בְּכָל שָׁעָה מַמָּשׁ נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַךְ ממש יעדע מינוט קעגן דעם אייבערשטן, עִם כָּל זֶה, כְּנֶגֶד זֶה מיט דעם אלעם, תֵּדַע, שֶׁאִישׁ כָּזֶה זאלסטו וויסן אז אזא איינער, שֶׁהוּא מְגֻשָּׁם כָּל כָּךְ וואס איז אזוי פארגרעבט, כָּל תְּנוּעָה וּתְנוּעָה יעדע זאך, שֶׁהוּא מְנַתֵּק עַצְמוֹ מְעַט מְעַט מִן גַּשְׁמִיּוּתוֹ וואס דו טוסט, וּפוֹנֶה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ און דו קומסט צום אייבערשטן, הִיא גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד מְאֹד איז זייער גרויס און זייער טייער, וַאֲפִלּוּ נְקֻדָּה קְטַנָּה מְאֹד אפילו א פינטעלע, שֶׁהוּא נֶעְתָּק מִגַּשְׁמִיּוּתוֹ וואס דו רייסט זיך אפ פון דיין פארגרעבטקייט, אֵלָיו יִתְבָּרַךְ צום אייבערשטן, הוּא רָץ בָּזֶה לויפסטו מיט דעם, כַּמָּה וְכַמָּה אֲלָפִים טויזנטער, פַּרְסָאוֹת מייל, בְּעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים אין די העכערע וועלטן, כַּאֲשֶׁר תָּבִין הֵיטֵב אזוי ווי, מִן הַמַּעֲשֶׂה די מעשה, שֶׁל הַצַּדִּיק פונעם צדיק, שֶׁהִתְגַּבֵּר עָלָיו מְאֹד הָעַצְבוּת וואס איז געווארן זייער טרויעריג, וְכוּ' און אזוי ווייטער, כַּמּוּבָא אֶצְלֵנוּ אזוי ווי עס ווערט געברענגט [בשיחות שבסוף ספר ספורי מעשיות], צווישן די שמועסן אינעם ספר סיפורי מעשיות, "וּמַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד" דער רבי האט דערציילט א מעשה מיט א צדיק.


["מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק, "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ, "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן, "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין, איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות].


וְעַל זֶה יִשְׂמַח מְאֹד און מיט דעם זאל מען זיך פרייען, וִיחַזֵּק עַצְמוֹ בְּשִׂמְחָה תָּמִיד און זיך שטארקן צו זיין שטענדיג פרייליך, כִּי עַצְבוּת מַזִּיק מְאֹד מְאֹד ווייל זיין טרויעריג שעדיגט זייער, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, אֲזַי תֵּכֶף הִיא עֲבֵרָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ עַצְבוּת, חַס וְשָׁלוֹם איז א גרויסע עבירה צו זיין טרויעריג, כִּי עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אָחָרָא (זֹהַר נֹחַ דַף עא) ווייל טרויער קומט פון די סטרא אחרא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ דער אייבערשטער האט דאס פיינט, וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם און מען דארף זיין זייער א גרויסער עקשן ווען עס קומט צו עבודת השם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ נישט אפצולאזן, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל דאס וואס מען האט אנגעהויבן טון, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה זאל זיין וואס זאל זיין, וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב און געדענק דאס גוט, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד ווייל דו וועסט דארפן צוקומען צו די חיזוק, כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם ווען דו וועסט אנהויבן דינען דעם אייבערשטן, כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמד עַל עָמְדוֹ ווייל נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן, אז מען איז א גרויסער עקשן און מען דערהאלט זיך, אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם אפילו מען פאלט א גאנצן צייט אראפ חס ושלום, כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם ווייל עס פאסירט מען זאל אראפווארפן דעם מענטש פון עבודת השם, כַּיָּדוּעַ אזוי ווי עס איז באוויסט, אַף עַל פִּי כֵן מיט דעם אלעם, עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ דארף מען טון וואס מען האט צו טון, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם צו טון וואס מען קען אין עבודת השם, וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, און נישט זיך לאזן אוועקפאלן אינגאנצן, חַס וְשָׁלוֹם, כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה ווייל דאס אלעס וואס מען גייט אריבער, צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם, קדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה דארף א יעדער איינער אריבער גיין איידער מען קומט אריין אין די שערי קדושה, וְגַם הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים עָבְרוּ בְּכָל זֶה אויך אלע אמת'ע צדיקים זענען דאס אריבער.


וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁיֵּשׁ אֶחָד שֶׁכְּבָר הוּא אֵצֶל הַפֶּתַח שֶׁל הַקְּדֻשָּׁה אמאל שטייט מען שוין ביים טיר פון קדושה, וְהוּא חוֹזֵר לַאֲחוֹרָיו מֵחֲמַת הַבִּלְבּוּלִים הַנַּ"ל און מען גייט אוועק צוליב די אלע בלבולים, אוֹ שֶׁאֲזַי כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ אֵצֶל הַפֶּתַח אדער ווען די סטרא אחרא זעט ווי דער מענטש גייט שוין ממש אריין אין די קדושה, אָז מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַסִּטְרָא אָחֳרָא וְהַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד פארלייגן זיי זיך זייער אויף די נשמה, רַחֲמָנָא לִצְלָן, בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל וְנוֹרָא מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן מיט זייער שטארקע נסיונות, דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון דעם, וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ לִכָּנֵס לְתוֹךְ הַפֶּתַח און מען לאזט אים נישט אריין, ווערן ערליך, וּמַחֲמַת זֶה הוּא חוֹזֵר לְאָחוֹר, חַס וְשָׁלוֹם און צוליב דעם לאזט דער מענטש אפ זיין עבודת השם.


כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא ווייל דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, ווען זיי זעען ווי איינער איז שוין ממש נאנט צו ווערן א צדיק, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס און ער גייט שוין אט אט אריין אין די קדושה, אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויף דעם מענטש.


וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר און איך האב געהערט פון אן אמת'ער צדיק, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, ווען איינער וואלט אים געזאגט, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה זאל זיין ווער זאל נאר זיין, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ אין זיינע יונגע יארן, ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן - די ווערטער: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ וואלט איך געלאפן מיט א פלינקייט צו דינען דעם אייבערשטן. כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל ווייל אויף אים איז אויך אריבער דאס אלעס וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם און ער האט נישט געהערט קיין איין גוט ווארט פון קיינעם, עַל כֵּן מִי שֶׁרוֹצֶה לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם דעריבער ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן, יִזְכֹּר זֹאת הֵיטֵב דארף דאס גוט געדענקען, וְחַזֵּק עַצְמְךָ מְאֹד און זיך זייער שטארקן, וַעֲשֵׂה מַה שֶּׁתּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם און טון וואס מען קען נאר אין עבודת השם, וּבִרְבוֹת הַיָּמִים וְהַשָּׁנִים און מיט די צייט, נאך טעג און יארן, תִּכְנֹס לָבֶטַח בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ לְתוֹךְ שַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה וועסטו זיכער זוכה זיין צו ווערן ערליך און הייליג.


כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מָלֵא רַחֲמִים ווייל דער אייבערשטער איז דאך פול מיט רחמנות, וְרוֹצֶה בַּעֲבוֹדָתְךָ מְאֹד און ער וויל און ווארט אויף דיינע עבודות, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁכָּל הַתְּנוּעוֹת וְהַהַעְתָּקוֹת שֶׁאַתָּה נִתָּק וְנֶעְתָּק בְּכָל פַּעַם אֵיזֶה מְעַט מִן גַּשְׁמִיּוּת לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זיך אויפצוהייבן צום אייבערשטן, כֻּלָּם מִתְקַבְּצִים וּמִתְחַבְּרִים וּמִתְקַשְּׁרִים אלע קלייניקייטן נעמען זיך צוזאמען, וּבָאִים לְעֶזְרָתְךָ בְּעֵת הַצֹּרֶךְ און וועלן דיך קומען צו הילף ווען דו וועסט זיי דארפן האבן, דְּהַיְנוּ כְּשֶׁיֵּשׁ חַס וְשָׁלוֹם, אֵיזֶה דֹּחַק וְעֵת צָרָה, חַס וְשָׁלוֹם ווען עס וועט קומען א שווערע מינוט, א שווערע צייט חס ושלום.


וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד יעדער איינער דארף אריבערגיין א שמאלע בריק, וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלּא יִתְפַּחֵד כְּלָל און דער עיקר איז - נישט זיך פארכטן, וְדַע און וויסן זאלסטו, שֶׁיֵּשׁ אִילָן עס איז דא א בוים, שֶׁגְּדֵלִים עָלָיו עָלִים מיט בלעטער, שֶׁכָּל עָלֶה צָרִיךְ לִהְיוֹת גָּדֵל מֵאָה שָׁנִים וואס יעדע בלעטל נעמט הונדערט יאר ביז זי וואקסט ארויס, וְהוּא נִמְצָא בַּפַּרְדֵּסִים שֶׁל הַשָּׂרִים די ביימער געפונען זיך ביי די גרויסע רייכע הערן, וְקוֹרִין אוֹתוֹ בִּלְשׁוֹנָם מֵאָה שָׁנִים זיי רופן די בוים אין זייער שפראך 'הונדערט יאר', וּמִסְּתָּמָא כְּשֶׁגָּדֵל מֵאָה שָׁנִים און אז עס גייט אריבער הונדערט יאר, בְּוַדַּאי עוֹבֵר עָלָיו מַה שֶּׁעוֹבֵר גייט דאך איבער אויפן בוים און בלעטל וואס גייט אריבער, וְאַחַר כָּךְ בְּסוֹף הַמֵּאָה שָׁנִים און נאך די הונדערט יאר, הוּא יוֹרֶה בְּקוֹל גָּדוֹל כְּמוֹ קְנֵי שְׂרֵפָה, שיסט די בוים אזוי ווי א באמבע, שֶׁקּוֹרִין אוֹרְמַאטְיֶע, וְהָבֵן הַנִּמְשָׁל הֵיטֵב פארשטייי גוט די משל; אזוי אויך דער מענטש, אויב ער דערהאלט זיך איז ער זוכה ביים סוף צו גאר שיינע זאכן.


רָאוּי לֵילֵךְ עס איז וויכטיג צו געדענקען, עִם מַה שֶּׁנֶּאֱמַר בַּמַּאֲמָר אֲזַמְּרָה לֵאלקַי בְּעוֹדִי וואס עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן סימן רפב. דְּהַיְנוּ לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשׂ צו זוכן אין זיך, לִמְצֹא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה זְכוּת גוטע זאכן, וְאֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה אפילו פינטלעך פון גוטס, וּבָזֶה הַמְּעַט טוֹב שֶׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ און מיט די גוטע זאכן, יִשְׂמַח זאל מען זיך פרייען, וִיחַזֵּק עַצְמוֹ און זיך שטארקן, וְאַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ און זיך נישט נאכלאזן, אַף אִם נָפַל אפילו מען פאלט אראפ, לְמַה שֶּׁנָּפַל אין ביטערע עבירות, רַחֲמָנָא לִצְלָן.


אַף עַל פִּי כֵן מיט דעם אלעם, יְחַזֵּק עַצְמוֹ בִּמְעַט דִּמְעַט טוֹב שֶׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ זאל מען זיך שטארקן מיט דאס ביסל גוטס וואס מען טרעפט אין זיך, עֲדַיִן, עַד אֲשֶׁר יִזְכֶּה לָשׁוּב עַל יְדֵי זֶה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ ביז ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.


וְכָל הַזְּדוֹנוֹת יִהְיוּ נַעֲשִׂין זְכֻיּוֹת (עַיֵּן יוֹמָא פו:) ווייל ווען א מענטש טוט תשובה, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ווערן פון אלע עבירות – מצוות.


וּמֶה עָשָׂה הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, זֵכֶר צַדִּיק לִבְרָכָה, עַל הַיָּם כְּשֶׁהֱסִיתוֹ הַבַּעַל דָּבָר וְכוּ' וואס האט דער הייליגער בעל שם טוב געטון אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל, ווען ער האט געהאט די נסיון אז ער האט פארלוירן אלע מדריגות, האט ער געזאגט: "איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין עולם הבא, איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין שכר"; וּמִזֶּה תָּבִין עַד הֵיכָן אַתָּה צָרִיךְ לְהִתְחַזֵּק, וְלִבְלִי לְיָאֵשׁ עַצְמְךָ, חַס וְשָׁלוֹם פון דעם קענסטו פארשטיין ווי שטארק מען דארף זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, אַף אִם יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה זאל זיין וואס זאל זיין, וְהָעִקָּר לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד און זיין שטענדיג פרייליך, וִישַׂמַּח עַצְמוֹ בְּכָל מַה שֶּׁיּוּכַל און זיך פרייליך מאכן מיט וואס עס איז נאר מעגליך, וַאֲפִלּוּ עַל יְדֵי מִלֵּי דִּשְׁטוּתָא אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּשׁוֹטֶה זיך מאכן ווי א נאר, וְלַעֲשׂוֹת עִנְיְנֵי שְׁטוּת און טון נארישע זאכן, וּצְחוֹק לאכעדיגע זאכן, אוֹ קְפִיצוֹת וְרִקּוּדִים טאנצן און שפרינגען, כְּדֵי לָבוֹא לְשִׂמְחָה אבי צו זיין פרייליך, שֶׁהוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד וואס דאס איז זייער א גרויסע זאך.


א פרייליכן שבת.

#13 - מאך דיר א חשבון וואס דו באקומסט אין היכל הקודש
וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, קשיות, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דיינע בלבולים וכו' און אלע פראגעס וואס מען פרעגט דיר אויף היכל הקודש וכו'; איך בין דאס אויך אלעס אריבער, און יעדער איינער דארף דאס אריבערגיין. איך האב זיך אלץ געמאכט א חשבון פאר מיר: 'וואס באקום איך פון רבי'ן? וואס געווין איך אין היכל הקודש? וואס מיינט מוהרא"ש פאר מיר?' דאס האט מיך געהאלטן אלע יארן און דאס האלט מיך נאך עד היום הזה.


מען האט מיך געפרעגט שווערע שאלות אויף מוהרא"ש, איך פלעג זיי ענטפערן: איך בין נישט מוהרא"ש'ס סעקרעטאר, איך דארף נישט פארענטפערן מוהרא"ש און נישט היכל הקודש. איך בין געקומען פאר מיר, איך בין געקומען זיך היילן, און אזוי ווי ווען איך גיי צום דאקטער אינטערעסירט מיך נישט אויב דער דאקטער האט א שכן מיט וועם ער קריגט זיך און אויב דער דאקטער האט פארשיקט זיין ארבעטער, איך ווארט אין ווארט-צימער ווען עס וועט זיין מיין רייע אריינצוגיין, איך זאג דעם דאקטער וואס טוט מיר וויי און דער דאקטער פארשרייבט מיר א מעדעצין; פאר די סיבה בין איך געקומען צו מוהרא"ש, ער זאל מיך אויסהיילן; מיך ברענגען צום אייבערשטן, מיך מאכן לערנען און מיך מאכן האבן שלום בית, איך זאל שפירן דעם אייבערשטן, און אלעס אנדערש אינטערעסירט מיך נישט.


הלואי זאלסטו זיך דערהאלטן, איך זע צווישן די חברים איז דא שוואכע מוחות; מען קען יענעם ברענגען צו די שענסטע און העכסטע מדריגות און פלוצלונג, מיט איין מאך מיט די האנט איז אלעס פערטיג.


יעצט פארשטיי איך וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין". רבי נתן פלעגט זאגן פאר די וואס האבן זיך אפגעקילט: "פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועקגיין".


קומענדיגע וואך דינסטאג עשרה בטבת געפאלט די יארצייט פון הייליגן רבי נתן, מאנטאג נאכט וועלן זיך אנשי שלומינו צאמנעמען בכל אתר ואתר דאנקען דעם אייבערשטן פאר רבי נתן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "ווען נישט רבי נתן וואלט פון מיר נישט געבליבן א שמות בלעטל".


איך וועל זיך באטייליגן ביי די סעודה אין בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו; מען וועט קענען מיטהאלטן די שיעור אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה; הלואי וועסטו זיך אפרייסן פון אלע שטערונגען און קומען צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן
תודה והודאה, חנוכה, התחזקות, חסידות ברסלב, סיפורי צדיקים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת חנוכה איז א צייט וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קא; פעולת הצדיק, סימן תתמו) ווער עס וועט קומען צו אים די דריי זמנים: ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות - וועט ניצול ווערן פון עולם התוהו. אנשי שלומינו טוען טאקע אזוי, מען קומט זיך צוזאם די דריי צייטן. ראש השנה פארן מיר קיין אומאן, און די אנדערע צוויי צווייטן קומט מען זיך צוזאם דאווענען מיט ברסלב'ער חסידים.


מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן; פאר איינעם מאכט ער בלבולים, פאר א צווייטן א חלישת הדעת, און אזוי קומט ער צו יעדן איינעם מיט א טעכניק ווי אזוי אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


עס איז געווען ביים רבי'ן א איד ר' ליפא, א גרויסער סוחר, אן ערליכער איד. אמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, ער איז קודם געפארן צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געווען שבת ביים רבי'ן. ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך אבער פון דעם באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און ער איז מער נישט געקומען.


ווען רבי נתן האט אים געטראפן, האט ער אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין!"


מוצאי שבת וועלן מיר זיך צאמקומען אין בנין התלמוד תורה אין שטעטל להודות ולהלל, לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#11 - פארוואס זאלט איר טראכטן איר זענט נישט א גוטע מאמע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


קלאפט זיך נישט מיט די מחשבות וכו'; פארוואס זאלט איר טראכטן איר זענט נישט א גוטע מאמע? וואס איז שוין דא צו זיין א גוטע מאמע פאר א פיצל קינד פון א יאר?!


די מחשבות זענען פון דער יצר הרע; ער קומט צו יונגע ווייבלעך מיט די מחשבות, מען פייניגט זיך: 'איך בין נישט א גוטע מאמע', 'איך בין נישט גוט פאר מיינע קינדער'; ביז מען ווערט שוואך און מען קען נישט אנגיין וכו'.


קלאפט זיך נישט, איר זענט א גוטע מאמע, און אז איינער זאגט אייך עפעס שלעכטס - זאלט איר נישט ווערן באליידיגט; מאכט זיך נישט צוטון וואס מען זאגט אויף אייך וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון מיין קאפ ביז מיין פיס - אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד, און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות השמחה זאל איך זוכה זיין נכלל צו ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך אייבערשטער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס, און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - לערנען די הלכות פאר א יום טוב
חנוכה, שלום בית, מדות טובות, חלישות הדעת, הלכה, יום טוב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, געב אכטונג; פיר זיך אין שטוב מיט סבלנות, מיט רואיגקייט. כעס זיך נישט אין שטוב אויף דיין ווייב, מיט א ווייב דארף מען זיך פירן זייער איידל, מען דארף רעדן שיין.


נאך א זאך, עס איז א גרויסע מצוה צו רעדן און מחזק זיין אנשי שלומינו. עס דרייען זיך ארום וואס האבן חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו', און מיט אפאר ווערטער קען מען יענעם ממש מחי' זיין, און דאס שטארקט דעם מענטש זעלבסט; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד) אן עצה צו ווערן שטארק - אז מען שטארקט א צווייטן.


דעם קומענדיגן זונטאג נאכט צינדן מיר שוין אן די הייליגע חנוכה לעכט. עס איז כדאי זאלסט דורכלערנען הלכות חנוכה, כאטשיג מחבר רמ"א, די פאר סמנים (תר"ע - תרפ"ה) - זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אזוי זאלסטו טון פאר יעדן יום טוב; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן זיין צוגעבינדן צו הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט; קפה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.