בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
בנציון יאקאבאוויטש נרו יאיר, קרית ברסלב
וואויל איז דיר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, ובפרט אז דו האסט זיך מתנדב געווען צו העלפן מיט די עירוב, מרדכי אהרן זאגט מיר אז דו פאררעכסט די עירוב ערב שבת ווען עס פעלט אויס.
מצוה גוררת מצוה, יעצט ווען מען גייט פארברייטערן די עירוב אויף די נייע געגנט זאלסטו כאפן די זכות צו העלפן דאס מאכן, דאס איז א זכות לדורות, נישט יעדן טאג מאכט זיך אזעלכע זכותים, מאכן אן עירוב איז א זכות פאר ערליכע געזונטע קינדער און קינד'ס קינדער, די סגולה שטייט שוין פון פריערדיגע צדיקים.
אז וואויל איז דעם מענטש וואס האט א חלק אין זיכוי הרבים, וועט ער זוכה זיין צו וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "אין חטא בא על ידו", ער וועט האבן א שמירה עליונה.