בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - ישועות ורפואות בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין
שטעטל, עירוב

 


בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיך בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין א גאנץ יאר, יעדן ערב שבת – צו בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן ישועות ורפואות בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין, און דו זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה.



 


 

#37 - די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר תשפ"ד צו בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין – זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און רפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#36 - בודק זיין די עירוב אין שטעטל בהתנדבות
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן מיר העלפן די גאנצע יאר יעדן ערב שבת ויום טוב בודק זיין די עירוב אין שטעטל בהתנדבות.


בזכות די מצוה זאלסטו זען גרויסע ישועות און רפואות און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#35 - מתנדב זיין יעדע וואך צו בודק זיין די עירוב אין שטעטל
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין יעדע וואך ערב שבת – די גאנצע יאר – צו בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


בזכות די מצוה פון מתקן זיין עירובין זאלסטו זוכה זיין צו ישועות ורפואות און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#34 - בזכות מתקן זיין עירובין, זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר - יעדן ערב שבת – צו בודק זיין די עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין עירובין - זאלסטו זוכה זיין צו ברכות, ישועות ורפואות און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#33 - איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ועד העירוב קרית ברסלב ליבערטי


איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין; דיין מסירות נפש פארן עירוב ביי אונז אין שטטעל, סיי מיטן בויען, סיי מיטן שטיין יעדן טאג פונעם יאר זיכער מאכן אז עס איז דא אין שטעטל א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


איך בין מקנא דיינע זכותים, עס שטייט פון צדיקים אז מתקן זיין עירובין איז זייער מסוגל פאר קינדער און פאר רפואות.


איך ווינטש דיר און דיין משפחה, בזכות די מצוה פון מתקן זיין עירובין זאלן ענק אלע זוכה זיין צו געזונט און צו אלעס גוטס, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#32 - אין די פארנומענסטע צייט, לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מענידזשער פון די עירוב אין קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיך מנדב זיין צו טון אלעס – אז די עירוב זאל זיין כשר יעדע וואך.


אין די פארנומענסטע צייט, ערב שבת – לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב, די זכות זאל דיר ביישטיין.

#31 - בודק זיין די עירוב אין שטעטל יעדן ערב שבת ויום טוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר שנת תשפ"ד, יעדן ערב שבת ויום טוב – בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט ישועות און רפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#30 - מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם כל הקהל הקודש פארן זיך מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד - יעדן ערב שבת ויום טוב.


בזכות המצוה הזאת זאלסטו זוכה זיין צו ישועות ורפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#29 - ש'כח פאר'ן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שכוח פארן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין די עירוב – זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#28 - יישר כח פאר'ן באקוקן דעם עירוב יעדן ערב שבת
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


דעם ספר געב איך דיר א געשאנק פאר א צייכן און באווייז פארן זיך פרייוויליג אוועקגעבן וועכנטליך פארן שטעטל "קרית ברסלב", צו באקוקן דעם עירוב יעדן ערב שבת מיט אזא איבערגעגעבנקייט און פאראנטווארטליכקייט.


דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן, דיר און דיין משפחה מיט אלעס גוטס און א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט דיין ראש ישיבה

#27 - העלפט בויען א מקוה אדער אן עירוב, איז מסוגל פאר קינדער
קינדער, מקוה, התחזקות, סגולות, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי אהערצושטעלן די מצה בעקעריי.


יעצט וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר העלפן ענדיגן גראבן די מקוה ביים בית המדרש לקוטי מוהר"ן; איך מוז צושטעלן א מקוה פאר די נייע געגנט פאר שבת, איך וויל מיינע תלמידים זאלן גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט שבת קודש.


בעט איך דיר, העלף מיר ענדיגן מיט די מקוה. ווייז דעם בריוו פאר יואל הכהן. און אז דו דארפסט בחורים זאלן העלפן גראבן דעם גרוב - וועל איך דיר ארויסשיקן געטרייע בחורים זאלן העלפן. דאס וועט זיין א זכות פאר דיר פאר בנים ובני בנים, כידוע פון צדיקים אז ווער עס העלפט בויען א מקוה און אויך אן עירוב - איז דאס מסוגל פאר קינדער.


א פרייליכן כשר'ן פסח.


 

#26 - איך בין זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן שטעטל
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


איך שענק דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פונעם עירוב פון אונזער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי לאות ולזכרון פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער שטעטל.


איך בין דיר זייער מכיר טובה, איך וועל דיר נישט שולדיג בלייבן; איך וועל דיר באצאלן דא און אויך דארט וכו'.


א כשר'ן פרייליכן פסח

#25 - לאות ולזכרון פאר'ן מאכן דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הארציגער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא האסטו א מצה פונעם עירובי חצירות משנת תשפ"א לאות ולזכרון פאר'ן מאכן דעם עירוב און פאר'ן זיין גרייט מיט וואס מען דארף אין אונזער שטעטל.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט ליכטיגע קינדער און ליכטיגע אייניקלעך, דו און דיין ווייב תחי' זאלן קענען ווייטער טון פאר אידישע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#24 - ביסט אזוי געטריי בודק צו זיין וועכנטליך דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שענק דיר א מצה פונעם עירוב וואס דו ביסט בודק יעדע וואך אלס א צייכן פון אנערקענונג; זאלסט וויסן איך ווייס און איך אנערקען וואס דו ביסט אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ צו בודק זיין וועכנטליך דעם עירוב.


  דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע דורות; דו מיט דיין ווייב.


א כשר'ן פרייליכ'ן פסח.


דיין ראש ישיבה.

#23 - יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב יעדע וואך מיט מסירות נפש
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון קרית ברסלב פונעם פארגאנגענעם יאר תשפ"א.


לאות ולזכרון ולהכרת הטוב אויף וואס דו ביסט זיך אזוי מוסר נפש מידי שבוע בשבוע צו בודק זיין דעם עירוב; ווינטער, זומער, אין די היצן, אין די קעלט, אין שניי, אין רעגן און אין די פארנומענסטע צייטן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.

#22 - די ברסלב'ער בודקים פונעם עירוב זענען נישט צו געפונען
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא געב איך דיר א מצה פונעם עירובי חצירות, פון די עירוב וואס דו ביסט בודק יעדע וואך מיט אזא מסירות נפש.


דער רב, דער בעל מכשיר זאגט: "די ברסלב'ער בודקים זענען נישט צו געפונען!" ער מאכט עירובין איבעראל, ער איז נבהל ונשתומם פון אונזערע בודקים.


יישר כח פאר'ן העלפן בויען די הייליגע שטאט ברסלב.


דיין ראש ישיבה.

#21 - איך אנערקען וואס דו טוסט פאר אונזער הייליגע ברסלב'ע שטעטעלע
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא האסטו א מצה פונעם עירובי חצירות פונעם עירוב אין שטעטל משנת תשפ"א.


דאס איז א קלייניקייט צו ווייזן אז איך אנערקען וואס דו טוסט פאר אונזער הייליגע ברסלב'ע שטעטעלע; דו ביסט בודק דעם עירוב אין די פארנומענסטע צייטן, ווען יעדער איז פארנומען אנצוגרייטן דעם שבת – פארסטו ארום א לאנגע צייט קוקן אויב די עירוב איז כשר.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט אלע ברכות.


דיין ראש ישיבה.

#20 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן פאררעכטן דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מתנה א מצה פון די עירובי חצירות פונעם פארגאנגענעם יאר תשפ"א פון די עירוב אין קרית ברסלב; אן אנדענק, א צייכן פון הכרת הטוב - פאר'ן זיין גרייט צו העלפן פאררעכטן ווען מען דארף פאררעכטן די עירוב - מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זיין געזונט און שטארק, איר זאלט זוכה זיין צו א פרייליכע כשר'ע יום טוב פסח.


דיין ראש ישיבה.

#19 - אן אנדענק וואס דו העלפסט וועכנטליך בודק זיין דעם עירוב
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מתנה א מצה פונעם עירובי חצירות פון פארגאנגענעם יאר שנת ה'תשפ"א פון די עירוב אין קרית ברסלב, פאר אן אנדענק וואס דו העלפסט מיט אזא מסירות נפש וועכנטליך בודק זיין דעם עירוב.


א פרייליכן כשר'ן פסח.

#18 - מיר באדאנקען זיך פאר די עירוב אין קרית ברסלב, ליבערטי
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א


מיר באדאנקען זיך פאר'ן רב שליט"א פאר די עירוב אין קרית ברסלב, ליבערטי.


איך וואונטש פאר'ן רב בשם אונזער גאנצע קהילה א כשר'ן פרייליכ'ן יום טוב און הצלחה בכל ענינים.

#17 - דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, פאר'ן עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירוב פון אונזער שטעטל קרית ברסלב אלס אן אנערקענונג; איך ווייס וואס דו טוסט, ווי דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, מיר זאלן האבן אן עירוב.


יעדעס מאל די עירוב צערייסט זיך אדער עס פעלט א לחי – קומסטו העלפן מיט דיין גאנצע הארץ.


די מצוה וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דיין ראש ישיבה.

#16 - אות זכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון אונזער עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי משנת תשפ"א, אן אות וזכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק.


מיט די טראק האבן מיר די מעגליכקייט צו פאררעכטן דעם עירוב עס זאל זיין כשר – מדי שבוע בשבוע.


א כשר'ן פרייליכן פסח.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#15 - אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת פאר'ן עירוב
פסח, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי


געב איבער פאר אלע בודקים פונעם עירוב אז איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די עירובי חצירות, זיכוי פת פאר'ן עירוב אין שטעטל – ערב שבת הגדול, ערב פסח אינדערפרי, גלייך נאך שחרית ביי מיר אין שטוב; איך וויל אז אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן.


איך האב גרויס הכרת הטוב פאר אייך אלע פאר אייער איבערגעגעבנקייט וואס איר געבט זיך אוועק יעדע וואך בודק זיין דעם עירוב ארום דעם שטעטל.


זעט צו זיין פונקטליך ווייל איך פאר אריין אין שטאט באקן ערב פסח מצות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר קומענדיגע יאר זיין אין ארץ ישראל, און אויב נישט וועלן מיר האבן א מצה בעקעריי אין שטעטל.

#14 - נעם אינגעלייט פון כולל זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב
כולל, חינוך הילדים, עברי, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב וועכנטליך מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


זע צו נעמען אינגעלייט פון כולל זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב; לערן זיי אויס די הלכות, זיי זאלן וויסן וואס צו קוקן און אלע פאטענטן ווי אזוי דער עירוב איז געמאכט וכו'.


איך האף אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג אין חדר, אלע קינדער קענען די א-ב, קיינער פאלט נישט ארויס.


כתה א' איז די וויכטיגסטע יאר פון אלע יארן; געב אכטונג אז אלע קינדער זאלן קענען ליינען ווי עס דארף צו זיין.