בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאכן א סידי פאר בחורים
הפצה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


די סידי "מיין בעסטע פרענד" איז אויסגעקומען הערליך שיין, הונדערטער פרויען און מיידלעך האבן זיך זייער געשטארקט אין זיין ערליך און וואויל, יעצט דארפן מיר מאכן א סידי פאר בחורים, איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן מאכן א סידי פאר זיי.


דא האסטו א ליסטע פון די צען ניגונים: 1) טשיל מיטן אייבערשטן, 2) נעם דיר א וועג ווייזער, 3) באקסן, קאראטי און באדי-בילד וועט נישט ערפילן די לאך אין דיין זעל, 4) געב זיך אכטונג פון ווער עס רעדט שמוציג, 5) די סכנה פון דראגס, 6) רעד צום באשעפער כאטש איין מינוט, 7) וועיפ נישט, עס איז אן עדיקשן וואס מען קען נישט אפלאזן, 8) זאגן תורה איז די עצה פאר אלעס, 9) קוק נישט קיין מאוויס, 10) מען דארף רעדן שיין צו א טאטע.


מען מוז זיך יאגן צו ראטעווען די יוגנט, מען קען נישט קוקן אויף קיינעם, ווייל עס איז א געוואלד, עס פאלן אוועק טאג טעגליך אזויפיל טייערע נשמות, אומוועלנדיג, אזויפיל בחורים און אינגלעך פאלן אוועק, מען דארף קומען צו זיי מיט זייער שפראך, זייער מוזיק, זייער שפיל. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט, די מעשה מיטן אינדיק; דער חכם האט זיך אויסגעטון זיין בעקיטשע, זיין סטראקעס, זיין פעפיטא הויזן און געשפילט מיטן אינדיק, ביז ער האט אים צוריק געברענגט צום פאלאץ פון קעניג, און אפילו דער קעניג האט שפעטער געזאגט פאר זיין זון: "יעצט ביסטו שוין מסודר, דארפסט מער נישט האבן מיט יענעם..."