בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך פריי זיך זייער אז דו ענדיגסט ארויסגעבן די אלבוים מיטן נאמען "וואס איז א רבי?"
דא האסטו די ווערטער פון די ניגון פון די מעשה וואס דער הייליגער קאמארנער זכותו יגן עלינו ברענגט (חומש היכל הברכה שמות מ, יח; ועוד), אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהאקט זיין קאפ אין וואלד אין א בוים און געוויינט און געשריגן: "פאר משיח וועט קומען וועלן זיין רבי'ס אזוי ווי די בלעטלעך פון בוים וואס וועלן פארפירן אידישע קינדער".
אויך דער הייליגער מנחת אליעזר ברענגט (דברי תורה מהדורה תניינא, אות טו): "עס וועלן זיין רבי'ס אזוי ווי יאק מאק, וואס וועלן צוריק האלטן די גאולה"; 'יאק מאק' מיינט שומשום, אזוי סאך רעבי'ס ווי ברעקלעך סעסעמי.
וואס איז א רבי, וואס מיינט א רבי, פארוואס דארף מען גיין צו א רבי?
וואס איז א צדיק, וואס מיינט א צדיק, פארוואס דארף מען גיין צו א צדיק?
א צדיק געבט מיר לעבן, צום הייליגן באשעפער זיך צוקלעבן.
דער צדיק געבט א שטוב, וואו מ'האט זיך זייער זייער ליב.
א צדיק ווייזט א וועג, צו לערנען תורה אלע טעג,
לערן חומש יעדן טאג פון וואך, כאפ אריין משניות נאך און נאך.
ווען מ'מאכט ביזנעס, ווייסט מען זייער גוט, מען מוז פארדינען יעדע מינוט.
מ'מאכט א חשבון, מען מוז זען קלאר, וואס האב איך פארדינט, פארגאנגענעם יאר.
דער הייליגער בעל שם, איז אריין אמאל אין וואלד, און נישט ארויסגעקומען באלד.
די געטרייע חסידים, געטרייע תלמידים, גייען קוקן ווי דער רבי האלט.
זעען זיי א שרעקעדיגע זאך, דער רבי שרייט און וויינט און ער קאכט.
ער האקט אריין זיין קאפ אין א בוים, זיי שטייען דארט פארגאפט און ערשטוינט.
האבן זיי דעם רבי'ן געפרעגט, וואס האבן מיר דא מיטגעלעבט,
וואס איז די וויינען און שרייען, און האקן קאפ, וואס טוט דאס מיינען?
ענטפערט צוריק, דער הייליגער צדיק, איך קוק אויף פאראויס איך האב א ווייטן בליק.
עס וועלן זיך פארמערן, רבי'ס ווי די שטערן, אפילו "יאק מאק", וועט אויך א רבי ווערן.
ס'טוט מיר וויי, וויין איך און איך שריי, איך שוין יענעם דור, א רחמנות אויף זיי,
ווי קען מען זיין חסיד'יש, און גיין צום רבינ'ס טיש, אז מען לערנט נישט גמרא און קיין חומש,
ווי זאל איך נישט וויינען, ווי זאל איך נישט קלאגן
איך קען נישט די צער דורכטראגן.
אז ס'קען זיין א רבי, וואס געבט נישט די חסידים,
אביסל חומש רש"י מיט אפאר פסוקים.
ס'גייט אוועק די טעג, ס'גייט אוועק די יאר,
דער חסיד רירט זיך נישט, אפילו איין האר.
מ'רעדט זיך נעבעך איין, אונז זענען די עכטע,
אבער נישט געענדיגט, אפילו איין מסכתא.
שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מאכן סידיס צו היילן די בת מלך, דער רבי פירט אויס די מעשה פון די זיבן בעטלערס: "און איך הייל זי", מיט די כח הנגינה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.