בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מאן וואס לערנט און האט יראת שמים, איז מער ווי קליידער און צירונג
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט און וויל זיין גאנץ לעבן נאר לערנען - זאלט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן און דאס זייער שעצן.


עס איז כדאי צו לעבן מער אויף די פשוט'ע זייט. א מאן וואס לערנט און פירט זיך מיט יראת שמים - איז מער ווי קליידער און צירונג; אין אנהויב איז טאקע שווער, עס איז נישטא געלט פאר זאכן וואס מען דארף, אבער ביים סוף ווערט זייער זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.