בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די מאנשאפט אויפ'ן פליגער זאלן זיין נאר מענער
נסיעה, אומאן, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנסי


א גרויסן יישר כח פארן מאכן א טשארטער צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און א באזונדערע יישר כח פארן ברענגען א פליגער אן קיין סקרינס. די וועג איז געווען אזוי רואיג, סיי פאר זיך אליין, מען האט נישט געהאט די נסיונות פון קוקן און סיי פאר אונזערע ריינע קינדער, עס איז געווען א מין רואיגקייט אז מען ווייסט אז די קינדער האבן נישט און קענען גארנישט קוקן.


איין זאך איז א שאד, אז די מאנשאפט זענען געווען גויות; ווען מען דינגט א פליגער קען מען בעטן וואס מען וויל, מען וואלט ווען געדארפט בעטן אז די מאנשאפט זאלן זיין נאר מענער. איך האף צום אייבערשטן און איך בעט דיר אז אויף קומענדיגע יאר און אויף ווייטער, ווען דו וועסט מאכן א טשארטער פאר אונזער חבורה – זאל דאס זיין מיט א פליגער אן קיין סקרינס און די מאנשאפט זאלן זיין מענער.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך צוריק באנייען מיט לענען ח"י פרקים משניות, דאס איז מסוגל פאר די נשמה, עס רייניגט און זויבערט עס.