בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין הדפסה; דו דרוקסט די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן צוזאמגענומען פון רבינ'ס ספרים און פון ר' נתן'ס ספרים, געשריבן אויף א גרינגע שפראך אז מען זאל דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז דיין זכות אין הימל מיט דעם וואס דו דרוקסט די ספרים פאר די מפיצים זיי זאלן דאס קענען פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. דער מענטש איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט. ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".
מיט דעם טייטש דער חיד"א זכותו יגן עלינו (ספר פני דוד) דעם פסוק (דברים טז, כ): "צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹּף, לְמַעַן תִּחְיֶה וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ"; זאגט ער "צֶדֶק" - עס איז נישט גענוג אז מען איז אליינס א צדיק, נאר "צֶדֶק תִּרְדֹּף" – מאך נאך צדיקים, "לְמַעַן תִּחְיֶה" – וועסטו זוכה זיין צו חיים נצחיים, דו וועסט נישט אראפפאלן אין עבירות, ווייל (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ"; "וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ" – דו וועסטו זוכה זיין צו האבן עולם הבא, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ" – וואס דער אייבערשטער געבט דיר שוין יעצט 'אויף די וועלט', דורך דעם וואס מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז מען זוכה צו האבן א גוט לעבן, עיין שם.
זע אנצוגרייטן גענוג ספרים און קונטרסים פאר די מפיצים פאר אומאן, ווייל מען פארט שוין אם ירצה ה' אין דריי וואכן ארום קיין אומאן; רעד מיט דעם גרויסן מפיץ ר' ... נרו יאיר, פרעג אים וואסערע ספרים און קונטרסים ער דארף און דו זאלסט עס דרוקן שוין יעצט כדי עס זאל זיין גרייט אין צייט.
אזוי אויך דארף מען דרוקן אלע קונטרסים וואס רעדן זיך פון די מעלה פון 'פארן ראש השנה צו צדיקים'; מיין נישט אז עס פעלט נישט אויס אין אומאן די סארט קונטרסים וכו' וויבאלד אלע זענען שוין סיי ווי אין אומאן, עס איז נישט אזוי, ווייל זייער אסאך מענטשן קומען קיין אומאן און ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון דארט, זיי זוכן א ספר, א קונטרס וואס זאל זיי זאגן וואס צו טון וכו', דעריבער איז עס זייער וויכטיג.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט אפשטעלן דאס דרוקן די קונטרסים און ספרים אפילו פאר איין טאג, ווייל דאס איז פיקוח נפש - דאס ראטעוועט צענדליגער טויזנטער מענטשן פון שלעכטס. עס איז כדאי דו זאלסט אביסל שמועסן מיט ר' ... און .., זיי וועלן דיר דערציילן מעשיות ווי די ספרים ראטעווען בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך וכו' וכו' פון די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן.
די מפיצים בעטן זייער מען זאל דרוקן עצתו אמונה; זיי זאגן אלע אז אינגעלייט ווארטן אויף דעם, דאס געבט זיי אסאך חיזוק, דעריבער זע צו דרוקן פון דעם.
איך בעט פאר דיר דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים, ובעיקר אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין און חס ושלום נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט.
זיי געזונט.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.