בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.
איינער איז מיר געקומען זאגן אז ער קען מיר שאפן א וועג צו קומען קיין ארץ ישראל, איך האב זיך שוין געגרייט צו קומען פאריגע וואך זונטאג, למעשה זע איך אז (תהלים קח, יג): "שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם", עס איז אומזיסט זיך צו פארלאזן אויף א מענטש, "בֵּאלֹקִים נַעֲשֶׂה חָיִל", דער אייבערשטער, נאר ער אליינס קען העלפן, מען דארף זיך פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.
שטארקט אייך אינאיינעם; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א גוטער חבר. דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם אבינו אין די פלאץ פון ממרא, זאגט רש"י (בראשית יח, א): "הוּא שֶׁנָתַן לוֹ עֵצָה עַל הַמִּילָה", ער האט אים געגעבן די עצה זיך צו מל'ן; אלע שטעלן זיך אויף דעם און פרעגן: וואס? אברהם אבינו דארף אנקומען צו ממרא, דער אייבערשטער האט אים געזאגט זיך צו מל'ן, וואס דארף ער ממרא?!
עס איז דא כמה תירוצים, אבער וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונז, אז דא זעט מען, אפילו א גרויסער צדיק דארף אויך האבן חיזוק. אברהם אבינו האט גענוצט די חיזוק, די גוטע ווערטער פון ממרא, איז דאך זיכער אז אונז אנשים פשוטים, אדער ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיב:) ניטאמאל אנשים זענען מיר, נאר חמורים זענען מיר - דארפן האבן גוטע חברים וואס זאלן מחזק זיין צו פאלגן דעם אייבערשטן און פאלגן וואס צדיקים זאגן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ - הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, אז ער האט נישט געהאט קיין חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען בעבודת השם, אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.
בפרט אויף אמונת חכמים דארף מען האבן גרויס התחזקות. דער הייליגער חתם סופר זאגט (שאלות ותשובות חתם סופר, חלק אורח חיים, סימן רח): "פארוואס ווערט אנגערופן די נסיון פון די עקידה אויף די נאמען פון יצחק - 'עקידת יצחק', פארוואס נישט אויף אברהם? די נסיון איז דאך געווען ביי אברהם אבינו, נאר אברהם אבינו - ער האט דאס געהערט פונעם אייבערשטן, דארט איז דער נסיון נישט אזוי גרויס, אבער יצחק אבינו - ער האט דאס געהערט נאר פון אברהם אבינו, ער האט שוין געדארפט האבן אמונת חכמים, גלייבן אין תורה שבעל פה, דאס איז א גרעסערע נסיון ווי דער וואס ווייסט דאס פונעם אייבערשטן, ווייל עס איז דא אויף דעם זייער אסאך בלבולים ווי אזוי מען זאל זיך פירן"; אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצ) אז משה רבינו האט געקענט געבן די תורה נאר מיט די זאך פון 'הוסיף משה יום אחד מדעתו', צו ווייזן אז מען מוז גלייבן אין תורה שבעל פה, מען מוז צעברעכן אלע חכמות און אלע בלבולים.
שטארקט אייך טייערע ברידער, אפילו עס קאכט און ברענט אין אייך אלע תאוות, עס איז ממש (בראשית יח, א): "כְּחֹם הַיּוֹם" - זאלט איר בלייבן זיצן, "ישֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל"; גייט נישט אוועק פון די פתח הקדושה, ישֵׁב איז א לשון פון ווארטן, אז מען ווארט, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו "וַיֵּרָא אֵלָיו ה'", דער אייבערשטער באווייזט זיך צום מענטש.
געדענקט, א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס איז נישט אראפגעפאלן, שטארק מיינט, אז ווען מען פאלט הייבט מען זיך אויף, איינער וואס פאלט און הייבט זיך אויף - דער איז א שטארקער מענטש.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דעמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פאר'ן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.
עס איז א גרויסער טעות דאס וואס מענטשן טראכטן אויף זיך: 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין', וואס איז א תוצאה פון דאס וואס מען קוקט זיך אן און מען זעט זיך אנגעפילט מיט פראבלעמען, נסיונות, נפילות, וכו' וכו', מען טראכט: 'וואס וועט שוין זיין פון מיר?' דאס איז אבער א שטארקער טעות, ווייל דוקא א מענטש וואס פאלט אראפ און ער הייבט זיך אויף, דער מענטש איז א העלד. איינער וואס האט נישט קיין שווערע נסיונות, דער איז בכלל נישט שטארק, שטארק איז דער וואס הייבט אן פונדאסניי, ער קוקט נישט אויף גארנישט, ער איז ביי זיך שטארק ווי א לייב אז וואס עס זאל נאר זיין וועט ער נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.
מיינט נישט איר זענט שוין פארפאלן, טראכט נישט: 'צדיקים האבן נישט שווערע ביטערע נסיונות', מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו', נאר דער חילוק איז, די צדיקים שטארקן זיך, זיי הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק - וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, ער קוקט אויף פאראויס. דערפאר זענען זיי זוכה צו שיינע זאכן, ווייל זיי שטארקן זיך.
א פרייליכן שבת.