בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, דו העלפסט די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט; וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף האבן א זכות, נישט יעדער איז זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן; דאס איז א זכות וואס בלייבט אויף אייביג.
האסט אוודאי געהערט די גוטע נייעס, איך האב א שידוך געטון מיט מיין טאכטער תחי', מיט הבחור החשוב החתן הרב ... שליט"א, בן הרב .... דער חתן איז א חשוב'ער תלמיד פון אונזער ישיבה, ער קומט פון זייער א חשוב'ע משפחה; די עלטערן זיינע זענען גרויסע מפיצים, שוין צענדליגער יאר וואס זיי פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, ביי מיר איז דאס דער גרעסטער געווינס.
ביי איינעם איז חשוב געלט, מען זוכט ביי שידוכים א געלט משפחה; ביי איינעם איז חשוב כבוד, מען זוכט אנשים מכובדים; ביי איינעם איז חשוב צו זיין א רבי וכדומה, ביי מיר איז דאס גרעסטער כבוד, זיך משדך זיין מיט א משפחה וואס זייער גאנצע תכלית אין ציל איז איין זאך, לאוקמא שכינתא מעפרא, אויפהייבן די שכינה הקדושה פון דער ערד, אריין צו שיינען די ריינע אמונה אין אידישע נפשות, להשקות צמאי חסדך מנחל נובע.
חסדי השם יתברך מיין גאנצע שטוב איז אויף דעם גאנג, 'וואס נאך קען מען טון פאר א צווייטן איד?' און אלע מיינע מחותנים זענען כל כולו הפצה.
שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט; קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט צעקלאפט פון קיינעם, קריג זיך נישט מיט קיינעם - וועסטו זוכה זיין צו זיין א משמש פאר'ן רבי'ן בזה ובבא.