בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב זייער הנאה אז דו ביסט אפן מיט מיר, דו זאגסט דיינע געפילן וכו' וכו'.
טייערער ברודער, מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם צדיק, און נישט צו האבן קשיות אויף צדיקים, ווייל דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה טוען אלעס וואס זיי קענען אז דער מענטש זאל באקומען חלישות הדעת און זיך אפלאזן פון רבי'ן; ווייל אפילו דער מענטש זאל טון וואס ער זאל טון, אפילו ער זאל פאלן אין די נידריגסטע פלאץ קען ער בכח הצדיק זיך אויפהייבן און ווערן א גרויסער צדיק, דעריבער טוען די קליפות מיט זייער פירער - אלעס – צו מחליש דעת זיין דעם מענטש ער זאל אפלאזן דעם צדיק, אזוי קענען זיי אים פארכאפן אין די טומאה; און מיט תפילה והתבודדות און מיט זיך מאכן שטענדיג א חשבון: 'וואס בין איך? ווער בין איך? ווי אזוי זע איך אויס אן דעם רבי'ן?' זיך פרעגן: 'פארוואס בין איך געקומען צום רבי'ן? איך בין דאך געקומען במקלי ותרמולי, איך בין זיך געקומען היילן'; און נאר אזוי, מיט אסאך תפילות איז מען זוכה צו זיין אלץ א פרישער מקורב.
איך וויל דיר דערציילן עפעס פריוואט ווי אזוי איך האב אפגעשלאגן די שלעכטע מחשבות מיינע ווען איך האב געהאט חברים אין היכל הקודש וואס האבן מיך זייער וויי געטון און גערעדט צו מיר שרעקליכע זאכן, אז מוהרא"ש דארף מיך נישט, און אז מוהרא"ש מוהרא"ש וויל מיך נישט וכדומה וכדומה, און ווען די שלעכטע מחשבות האבן מיך געשלאגן און געפייניגט האב איך זיך אלץ געזאגט: "אפילו מען דארף מיך נישט און מען וויל מיך נישט, אבער איך קען נישט אן מוהרא"ש, איך קען נישט אנעם צדיק, קען זיין דער צדיק דארף מיך נישט וכו' (וואס איז נישט אמת), אבער איך קען מיך נישט אליינס העלפן, איך דארף אים יא"; און דאס האט מיך שטענדיג געראטעוועט, עד היום הזה.
די וועג פון טראכטן האב איך אויך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש פלעגט מחזק זיין ביי די שיעורים אז אפילו דער סמ"ך מ"ם וועט געלונגען דיך איינצורעדן אז מען דארף דיך נישט אין הימל, און אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט (וואס איז נישט אמת) – דארף דער מענטש זיין אזוי שטארק, און זאגן: "איך דארף דעם אייבערשטן".
ליבער ברודער, נאר פאר די שכל האט שוין געלוינט צו מקורב ווערן.
הכלל, שטארק זיך, און ווער נישט צעבראכן פון קיינעם, און אויך נישט פון מיר.