בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.
איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.
עס גייט נישט אריבער א וואך וואז איך זאל נישט הערן פון נאך איינעם און נאך איינעם אז מען האט זיי מטמא געווען אלץ מיידל; ווייבלעך און פרויען קומען זיך אויסגיסן זייער הארץ אז עס לויפט זיי נאך די אלטע קאשמארן ווי מען האט זיי אויסגענוצט און בא'עוולה'ט אלץ מיידל נאר ווייל זיי זענען געווען אומוויסנד.
דעריבער ליגט אויף אייך א חוב צו רעדן כסדר צו די מיידלעך פון קדושה, אז זיי זאלן זיך היטן פון מנוולים וכו', אפילו פון משפחה און אפילו פון א "ראש המשפחה", ווי צום ביישפיל א זיידע וכדומה.
מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען געבט דאס איבער, נישט סתם מאכן א פאניק וכו', נאר שיינערהייט אויסשמועסן אז קיינער טאר נישט אנרירן און אויב איינער כאפט אן זאל מען מאכן א רעש און א טומל, ווי אויך מוז מען דאס פארציילן פאר א נאנטע; פאר א טיטשער, מנהלת אדער מאמע. אזוי וועלן אונזערע קינדער קענען חתונה האבן געזונט און האבן שלום בית.
אנדערע וועלן פארפירן אויף דעם, "היתכן מען רעדט אפן וכו'", אבער מיר קענען נישט קוקן אויף קיינעם, מיר גייען אין די פיס טריט פון אונזער וועג ווייזער מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.
איך שרייב אייך די שורות דא אין אומאן דריי אזייגער פארטאגס, איך קען דאס נישט אפשטופן און איך מוז אייך דאס שרייבן נאכן הערן נאך מעשיות וואס לאזן נישט שלאפן און עסן, איך געב דאס איבער פאר אייך און איך האף אז איר וועט טון וואס איך זאג אייך.
א ליכטיגן חנוכה.
...