בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מדריך זיין כלות אויף די אמת'ע תורה וועג
הדרכות, גט, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר זיך אריינלייגן אין די זאך פון לערנען מיט כלות; לערנען מיט זיי אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט און מדריך זיין ווייבלעך ווי אזוי צו לעבן מיטן מאן אזוי ווי די תורה וועג, ליידער ליידער לערנט מען מיט כלות פאלשע הדרכות וואס איז נגד התורה. בכלל די גאנצע זאך פון כלה הדרכות - איז א נייע זאך, עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך; אין אלע דורות פלעגן די מאמעס איבערגעבן פאר די טעכטער ווי אזוי צו לעבן, היינט איז געווארן א נייע זאך, מען לערנט פאלשע לימודים, און פון דעם פאסירט אלע גיטין השם ישמרינו.


אז איר וועט קענען העלפן בלויז איין קאפל זיך נישט צו גט'ן - איז אלעס כדאי, און אז איר וועט קענען מדריך זיין כלות אויף די תורה וועג, נישט מיט די וועג פון די גלחים, וואס ביי זיי מיינט שמייליג ווי מער מען איז אפגעשיידט - איז אלעס כדאי.


ווי לאנג זענען מיר דא? ווי לאנג לעבט מען דען? א מענטש לעבט אפ אפאר יאר און מען דארף שוין אט אט צוריק גיין צום אייבערשטן, און נאר וואס מען טוט פאר אנדערע, העלפן בויען אידישע שטיבער - דאס בלייבט.


געדענקט, אלעס וואס מען טוט פאר זיך - בלייבט דא, מען נעמט דאס נישט מיט, און אלעס וואס מען טוט פאר א צווייטן - דאס נעמט מען מיט לנצח נצחים.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט מצליח זיין און קענען העלפן בויען אידישע שטיבער.