בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט "תלמידי היכל הקודש" נרם יאיר.
וויסן זאלט איר אז ביי מיר איז דער כולל ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אויף די צען יאר וואס מיר האבן די ישיבה, און מיר האבן זיך דערהאלטן טראץ אלע שוועריקייטן וואס מיר זענען אריבער.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אריין אינעם צווייטן זמן וואס איר זענט זוכה צו זיצן אין די ד' אמות של הלכה; ביים אייבערשטן איז חשוב די ד' אמות של הלכה מער פון אלעס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים.
איך האב זייער הנאה צו הערן אז מען האט צוגעלייגט נאך א שיעור בהלכה, אז איר לערנט פארנאכטס יורה דעה חלק ב - הלכות טהרה.
איך וויל זייער שטארק פארברייטערן די כולל אז נאך אינגעלייט זאלן קומען אין כולל לערנען הלכה און גמרא; איך וועל מחזק זיין די אינגעלייט וואס ארבעטן נישט דורכן גאנצן טאג זיי זאלן זיך איינשרייבן אין כולל אפילו פאר איין סדר, ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד לערנען הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).