בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מחזק זיין דיין ברודער ... ער זאל האבן מער שייכות מיט זיין ראש ישיבה.
לויט ווי איך פארשטיי און איך הער גייט אויף אים אריבער שוועריקייטן - אזוי ווי עס גייט אריבער אויף אלע פון אונז. אבער היות ער האט נישט קיין שייכות מער מיט זיינע חברים ובפרט מיט זיין ראש ישיבה ווערט ער איינגעגעסן וכו'. בעט איך דיר זייער דו זאלסט אים מחזק זיין ער זאל רופן זיין ראש ישיבה לכל הפחות איין מאל א וואך, און אז ער קען נישט צוקומען זאל ער פרובירן נאכאמאל צו רופן ביז ער וועט אנקומען.
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; עס איז "דיין" ארבעט אריינצוברענגען א חיות אין דיין שטוב, ווארט נישט אז א צווייטער זאל עס טון. הייב אויף די מוט פון דיין ווייב און קינדער; טאנץ יעדן טאג מיט דיינע קינדער, ווייל דער עיקר און דער יסוד פון א אידישע שטוב איז אז עס זאל זיין פרייליך און גוט מוטיג וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
...