בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי קען מער נישט וכו', זי געבט אויף וכו'.
דו דארפסט איר מחזק זיין; לויט ווי איך פארשטיי איז זי דערשראקן אז זי האט א פראבלעם, עס באדערט איר מער דאס טראכטן אז אפשר איז זי נישט געזונט מער ווי עס באדערט איר אז זי איז נערוועז און אז זי פארלירט זיך און זי שרייט אויף די קינדער. א אידישע מאמע וואס האט א שטוב מיט קינדער, ווען זי שרייט אויף די קינדער מיינט דאס נישט אז זי דארף נעמען מעדעצין וכו', די נאטור פון עלטערן איז צו שרייען וכו' און מען דארף דאס אויסארבעטן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט פארלירן, מען זאל נישט שלאגן די קינדער און מען זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.
דעריבער דארפסטו איר מחזק זיין; זאג איר אז אלע אידישע מאמעס זענען אזוי ווי איר, אלע שפירן אסאך מאל ווי מען גייט אויפגעבן. רעד איר אויס איר הארץ אז קינדער זענען קינדער; געזונטע קינדער טאנצן און שפרינגען, געזונטע קינדער קריכן און געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי.
געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק; ווען זי פארלירט זיך אויף די קינדער שטיי אויף איר זייט, נישט קריג דיך מיט איר, ווייל דאס וועט איר נאך מער אויפרעגן, זי וועט נאך מער שרייען און שלאגן. אבער אויב זי וועט זען ווי דו ביסט מיט איר, דו נעמסט זיך אן פאר איר ווען די קינדער פאלגן נישט, וועט זי אויפהערן צו שרייען וכו' און זי וועט ווערן בארואיגט.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם - לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז געזונטער פאר קינדער אז מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, מען לאזט זיי אליין אויפוואקסן; נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען אים ווען ער איז לעבעדיג און שפרינגעדיג, דעריבער איז בעסער אז מען לאזט זיי ארומטאנצן, וועלן זיי אויסוואקסן געזונט און שטארק.
איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער גלייך ווען דו באקומסט דאס.