בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
האסט מיך אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו, האסט מיך ממש אויפגעלעבט מיט דעם וואס דו גייסט התבודדות, דו גייסט אין 'וואלנאט מאונטן' שפאצירן מיטן אייבערשטן, דו קענסט שוין דארט יעדע בוים און יעדע וועג - פון אזוי סאך גיין התבודדות.
וואלנאט איז אגוז, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, ב), אויפן פסוק (שיר השירים ו, יא): "אֶל גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי", צום וואלנאט מאונטן בין איך געגאנגען; וואס עפעס זענען אידן צוגעגליכן צו אגוזים? זיי זאגן אסאך פשטים, איינע פון די פשטים, אז א ניסל ווען עס פאלט אין בלאטע קען מען דאס אפוואשן און עס בלייבט ריין אזוי ווי פריער, אנדערש ווי אנדערע פרוכט, אזוי אויך אידישע קינדער, ווען זיי פאלן אין בלאטע קענען זיי זיך גוט אפוואשן מיט תשובה און מעשים טובים. אויך ווייל אויב מען פארדעקט די ווארצלען פון א ניסל בוים קען דאס נישט וואקסן, אזוי אויך, ווער עס פארדעקט זיך, ער איז זיך נישט מתוודה – "מְכַסֶּה פְּשָׁעָיו לֹא יַצְלִיחַ" (משלי כח, יג), עיין שם במדרש.
אה מחי' צו גיין צווישן די פעלדער שמועסן מיטן אייבערשטן, מען בויט אויף די אמונה. דו שרייבסט אז היינט נאכן גיין אזויפיל שעות התבודדות – איז דיין אמונה אסאך שטערקער; אודאי איז אזוי, דאס רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן בויט אויף די אמונה אזוי שטארק, אז מען דארף מער נישט קיינעם נאר דעם אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם נאר פונעם אייבערשטן.
האסט מיך אזוי מחי' געווען אז דו גייסט מיט די עצות פון רבי'ן, דאס איז מיין גאנצע כוונה מיטן שטעטל, נאר פאר דעם אז מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל גיין צווישן די ביימער און שמועסן מיטן אייבערשטן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, איך וויל זיך נישט נארן, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נכלל ווערן אין דיר בתכלית השלימות".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.