בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מחלוקת שטופט אוועק די שפע
מחלוקת, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יעצט ווען דו גייסט אריבער דחקות אין פרנסה, מען צעקוועטשט דיך פון אלע זייטן, זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש אויב דו האסט איינעם וויי געטון אדער איינעם פארשעמט, און זיך מקבל זיין נישט צו וויי טון קיינעם, נישט פארשעמען, ובעיקר נישט רעדן פון אנדערע, און ווען דו ביסט ביי א שמועס וואס מען בארעדט א דריטן – זאלסטו פארדרייען די שמועס, אדער אוועק גיין, ווייל "מחלוקת אחת דוחה מאה פרנסות", מחלוקת שטופט אוועק די שפע.


בעיקר דארפן מיר אלע תשובה טון ווען מען ווייסט מעשיות וואס זענען אמת, מען ווייסט א מעשה וואס איינער האט איינעם בא'גנב'עט, בא'עולה'עט, און מען רעדט, מען קאכט זיך און מען האלט יענעם פאר, איי 'מי שמך לאיש?' ווער האט דיך געפרעגט? זאל שמעון רופן ראובן צו דין תורה, ווי קומט לוי שרייען און פארשעמען וכו' וכו'? מיר דארפן בעטן ביי התבודדות מיר זאלן נישט פארגעסן אז מיר וועלן דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן און דארט וועט מען אונז פארהאלטן אויף אונזערע מעשים, נישט אויף יענעמ'ס מעשים, מיר דארפן תשובה טון, פאררעכטן אונזער לעבן, והבן למעשה.