בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
בנוגע וואס דיין ווייב זאגט דיר אז ענק זענען נאכנישט געקומען קיינמאל רעדן, פרעגן וכו', און דו זאגסט אז דו ווייסט נישט וואס איז דא צו קומען רעדן, פרעגן, דו ווייסט אלעס אליינס; דו פרעגסט וואס איז ריכטיג.
עס איז יא ריכטיג צו גיין פרעגן, רעדן, זיך געזעגענען וכו'; און נאך מער איז דאס וויכטיג פאר די קינדער, ווייל אז דו פאר דיר ווייסט אליינס וואס איז ריכטיג צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן, ווער זאגט אז אלע דיינע קינדער וועלן אויך אלעס וויסן? אפשר וועט זיין איינער פון זיי וואס וועלן יא דארפן פרעגן? אזוי ווי דיינע ברידער וואס אלע פון זיי גייט נישט אריבער א וואך אן קיין פראגעס, און אז זיי וועלן באקומען א חינוך פון די עלטערן אז מען גייט צו א מורה דרך פרעגן, אז זיי וועלן הערן אין שטוב אז אלעס פרעגט מען וועט זיי זיין גרינגער דאס גיין פרעגן און דאס נאכגיין ערליכע אידן.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן אין דעם ענין, אז די קינדער ביי אונז אין די מוסד וואס קומען פון שטיבער ווי די עלטערן זענען געווען ביי מוהרא"ש קענען ווייניגער מקבל זיין ווי די קינדער וואס קומען פון משפחות פון די פרעמד; ווייל ווען די קינדער קומען אהיים צוקאכט און צופייערט "דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל גיין בצניעות", "דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל וואשן נעגל וואסער"; די משפחות וואס ווייסן אלעס אליין – באקומען די קינדער אן אומדירעקטע געפיל אז עס איז נישט אזוי אינטערעסאנט, ווייל מיר זענען דאך געווען ביי מוהרא"ש וכו'.
הכלל, א מענטש דארף אלעס מאכן דאס בעסטע פאר די חינוך הבנים והבנות, זיי זאגן און חזר'ן און נישט אפלאזן זיי צו לערנען אז מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, מען קען נישט אליין, מען ווייסט נישט אליין, און זיי העלפן פרעגן א מורה דרך, אזוי וועלן זיי וואקסן הייליג און ערליך.