בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז אייער קינד איז מצליח אין תלמוד תורה ביים מלמד הרב ... נרו יאיר; ער איז אן אויסגעצייכענטער מלמד, די קינדער ווערן אויפגעבויט מיט זעלבסטזיכערקייט.
בנוגע ווארטן וכו'; א מענטש דארף זיין א מכיר את מקומו. אודאי איז קינדער א ברכה, אבער קודם דארף מען זיין געזונט. די תורה הייבט זיך אן: "בְּרֵאשִׁית", דאס ערשטע – "בָּרָא", דארף מען זיין געזונט. אזוי אויך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן קודם אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערשטרענגען, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווייל חס ושלום אויב דער מענטש איז נישט גרייט פאר נאך קינדער וכו' און מען ווערט איבערגעשטרענגט - קען מען אלעס פארלירן רחמנא לצלן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסע לאך אין די נשמה"; ווייל אז מען איז נישט געזונט קען מען גארנישט טון.
איך זאג אייך איר זאלט מאכן א הפסקה וכו'; קודם פאר א יאר און נאך א יאר ווען איר וועט זיין ביי אייערע כוחות, וועט מען דעמאלט זען.
בנוגע וואס איר שרייבט אז איר שפירט אסאך בעסער יעצט ווי פאר א יאר צוריק; איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט אמונה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לה): א מענטש וואס לעבט מיט אמונה, איז אזוי ווי איינער וואס שטייט אויף פון א גוטע שלאף אויסגערוהט און רואיג; ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה אלץ מער ווערט ער זעלבסטשטענדיג און זעלבסטזיכער, מען האט נישט מורא פון קיינעם און מען האט נישט קיין שום פחדים, ווייל מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, וואס ער איז "מְמַלֵא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוֹת בִּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אלעס איז נאר ער, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער.
דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט ענטפערן שאלות פאר טויזענטער מענטשן; זייער אסאך מאל פלעגט ער נישט שרייבן א תירוץ, נאר ער פלעגט צוריק שיקן די שאלה וואס יענער האט געשיקט אונטער געשטראכן דעם תירוץ פון יענעמס ווערטער אליינס. לגבי וואס זאג איך דאס? איר פרעגט צי איר זאלט גיין נעמען הילף וכו'; איר אליין שרייבט דאך אליינס דער תירוץ אויף אייער קשיא, איר שרייבט אז פאר א יאר צוריק איז געווען אסאך ערגער וכו' און היינט שפירט איר זיך שוין אסאך בעסער וכו', דארפט איר דעמאלט נישט גיין צו קיינעם וכו'.
א מענטש וואס ליידט אויף גייסטשע פראבלעמען, אויב וועט ער נעמען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ופשיטות וועט ער ווערן אויסגעהיילט, נישט סתם אויסגעהיילט נאר ער וועט זיין געזונטער ווי סתם איינער וואס ווייסט נישט פון רבינ'ס לימודים. דאס איז נישט קיין ברכה, דאס איז א מציאות! איך האב דאס שוין בייגעוואוינט צענדליגער מאל, אבער איינער וואס איז אן אויבער חכם, ער איז קלוגער פון רבי'ן, ביי אים איז די גאנצע זאך פון אמונה צו פשוט וכו', אזא איינער וועט נישט אויסגעהיילט ווערן אפילו ער וועט טרעפן דעם גרעסטן טערעפיסט, דאס איז א מציאות וואס מען קען זיך מיט דעם נישט דינגען.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן אינטערעסאנטע מחלות און זיי ליידן נעבעך זייער שטארק, נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש - גייסטישע פראבלעמען, וואס זייער אסאך מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם פון די סארט מחלות. דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומען פון חסרון אמונה, אזא איינעם העלפט נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות, דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.
לכאורה איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי קען מען זאגן אז עס העלפט נישט קיין תפילה, דער רבי זאגט דאך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "עַל־יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל, לְכָל טוּב, לְתוֹרָה וַעֲבוֹדָה וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", דורך תפילה קען מען אלעס באקומען; אויך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; קומט אויס אז עס איז נישט שייך צו זאגן על פי דרך הטבע איז נישט דא קיין וועג ארויס, ווייל תפילה איז העכער פון די טבע, נו, ווי אזוי זאגט דער רבי: "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה"?
נאר דער תירוץ איז זייער פשוט, אין הכי נמי, אויב דער מענטש וועט דאווענען פאר זיין פראבלעם וועט ער זיכער געהאלפן ווערן, נאר דער פראבלעם איז אז דער מענטש וואס האט נישט קיין אמונה גלייבט נישט אז ער וועט געהאלפן ווערן דורך תפילה; ער איז אן אויבער חכם, ער האלט אין איין זאגן: "איך בין שוין דערנאך", "איך בין א קראנקע", "פון מיר וועט שוין גארנישט זיין". דאס זאגט דער רבי: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", אז מען האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומען שרעקליכע קרענק, פחדים, דמיונות, אנגעצויגענקייט, ספיקות און בלבולים, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", נישט אז עס העלפט נישט, נאר דער מענטש קען נישט דאווענען ווייל ער גלייבט נישט אין זיך, אז זיינע תפילות וועלן אים אויסהיילן.
שטארקט אייך אין זייט ווייטער מתפלל; איך בין אסאך מתפלל פאר אייך און פאר אייער מאן, נאך אביסל וועט איר זען א גאנצע ישועה.
א פרייליכן שבת.