בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט'ן רייניגן דעם בית המדרש, וועט איר זיך אפרייניגן פון אלעם שלעכטס
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון די גבאים אז איר האט געהאלפן ריין מאכן דעם בית המדרש לכבוד יום טוב.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן רייניגן א בית המדרש, בפרט דעם רבינ'ס שול.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין מיט דעם זיך אפצורייניגן פון אלעם שלעכטס און זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח מיט גרויס שמחה.