בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיטפילן מיט יענעם
מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס מען וויל יעצט נאכאמאל ארויסקומען אויף אונז וכו', און דו זאגסט אז דאס איז מרומז אין די מעשה פונעם חגר (ספורי מעשיות מעשה ג, מחגר), אז יעדע שטיק צייט וויל א צווייטער אויסרייסן די בוים וכו'.


איך זע דא אן אנדערע רמז, איך זע דא אז מיר דארפן פאררעכטן די ליבשאפט צווישן אונז, ווייל אז ביי אונז שטעכט מען זיך איינער דעם צווייטן און מען האט זיך פיינט – דעמאלט פאסירט אז מען קומט פון אינדרויסן אונז שטעכן און פיינט האבן; וואלטן מיר זיך ליב געהאט, וואלטן מיר גערעדט מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן – וואלט קיינער אונז נישט געקענט שלעכטס טון; און אזוי ווי עס איז בפרטיות ביי אונז – איז דאס בכלליות ביי די וועלט, ווען קומען די גוים און טשעפען אונז אידן? ווען מיר אליינס טשעפען זיך איינער דעם צווייטן, און אזוי איז עס ביי יעדע זאך, אזוי ווי מיר האבן געהערט פון רבי'ן אז די גזירה פון די קאנטעניסטן איז געקומען צוליב די מחלוקת אויף צדיקים, און פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו שטייט, אזוי ווי זיין זון רבי אלעזר זכר צדיק לברכה שטייט (אגרת הקודש): "ושמעתי מאאמו"ר", איך האב געהערט פון מיין טאטע, געוואלד אויף די מחלוקת, "ובוודאי אלולי זאת אין כל אומה ולשון הי' יכולים לשלוט בנו", ווען נישט דאס וואלט קיין שום פאלק אונז נישט געקענט טון קיין שום שלעכטס, עיין שם.


ליבער ברודער, איך מאך נישט אוועק דיינע רמזים מיט דיינע חידושים, אבער לעניית דעתי, אויב וואלט מיר זיך ליב געהאט, מיר וואלטן געקוקט אויף אנדערע מיט רחמנות, מיר וואלטן געזען דאס גוטס ביי יעדן און גערעדט שיין, נישט שטעכעדיג – וואלטן מיר געקענט שוין לאנג ברענגען די גאולה דורך אריינברענגען די עצות פון רבי'ן אין די וועלט.


העלף מיר מיט דעם פרט, רעד צו די אינגעלייט און צו די בחורים, (און דיין ווייב מיט דיינע טעכטער צו די פרויען) – פון דן זיין לכף זכות יעדן איינעם, פון זוכן ליבשאפט, זוכן שלום, זיך גריסן, גיין צו שמחות, זיך פרייען מיט יענעמ'ס שמחה, זיך פרייען מיט יענעמ'ס הצלחה און האבן מיטלייד מיט יענעמ'ס ווייטאג – דורך די עצות פון רבי'ן פון התבודדות, פון שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מיין בלוט איז פאר'סמ'ט און פארגיפטעט, איך וויל האבן ריינע אידישע הייליגע בלוט, איך זאל ליב האבן א צווייטן, איך זאל זיך פרייען מיט א צווייטנ'ס הצלחה און זיך וויי טון ווען יענעם טוט וויי".


הארציגער חבר, מוהרא"ש האט דאס געבעטן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן, מוהרא"ש האט אזויפיל געליטן פאר אונז, לאמיר צוריק געבן פאר מוהרא"ש גוטס, לאמיר טון זיין ווילן; איך דארף מקצר זיין, איך בין פארנומען.