בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיידלעך זאלן ענדערש בלייבן אינדערהיים העלפן, נישט זיך צוזאמקומען
חיזוק פאר מיידלעך, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס קען איך טון אז מען פרעגט נישט? מען טוט זאכן אליינס און נאכדעם באצאל איך א טייערער פרייז.


געבט איבער פאר די מיידלעך אין ארץ ישראל אז די צאמקום היינט איז נישט מיט מיין וויסן.


עס פעלט נישט אויס די צאמקום; ענדערש זאלן זיי בלייבן אין שטוב העלפן די עלטערן און זיך מחזק זיין מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.