בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
די יסוד היסודות פון אידישקייט איז זיך מקשר זיין מיט די הייליגע צדיקים און אננעמען זייער ווערטער וואס זיי זאגן אן קיין שום פשרות, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קכג): "הָעִקָּר וְהַיְסוֹד שֶׁהַכּל תָּלוּי בּוֹ לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיק שֶׁבַּדּוֹר וּלְקַבֵּל דְּבָרָיו עַל כָּל אֲשֶׁר יאמַר כִּי הוּא זֶה, דָּבָר קָטָן וְדָבָר גָּדוֹל וְלִבְלִי לִנְטוֹת חַס וְשָׁלוֹם, מִדְּבָרָיו יָמִין וּשְׂמאל לְהַשְׁלִיך מֵאִתּוֹ כָּל הַחָכְמוֹת, וּלְסַלֵּק דַּעְתּוֹ כְּאִלּוּ אֵין לוֹ שׁוּם שֵׂכֶל בִּלְעֲדֵי אֲשֶׁר יְקַבֵּל מֵהַצַּדִּיק וְהָרַב שֶׁבַּדּוֹר וְכָל זְמַן שֶׁנִּשְׁאָר אֶצְלוֹ שׁוּם שֵׂכֶל עַצְמוֹ, אֵינוֹ בִּשְׁלֵמוּת וְאֵינוֹ מְקֻשָּׁר לְהַצַּדִּיק; נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו גיין אין די וועג פון די תורה, און צו דעם דארף מען האבן אין זיך תמימות.
מיר שטייען יעצט פאר קבלת התורה, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה, יעדע יאר יום טוב שבועות קען מען זוכה זיין צו קבלת התורה, אויב מען ווארפט אוועק די אייגענע שכל און זיכער די חברים וואס האבן אין זיך ליצנות, און דאס איז טאקע נאך א טעם פארוואס מיר עסן מילכיגס שבועות, ווייל מילך איז די עסן פון א קינד וואס האט נישט דעת און חכמות, ווייל זוכה זיין צו קבלת התורה קען מען נאר מיט תמימות און מיט פשיטות אן קיין חכמות, מען מוז קומען צום אייבערשטן אזוי ווי א קליין געבוירענע קינד וואס זייגט מילך, און נאר אזוי קען מען מקבל זיין די תורה; ווייל דער רבי זאגט (שם), אז די אידן אין מדבר וואס זענען געקומען צום בארג סיני מקבל זיין די תורה און געשריגן: "נעשה ונשמע" - האבן אוועק געוואפן אלע זייערע חכמות און חקירות, זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדּוֹ", און נאר אזוי האבן זיי זוכה געווען צו 'קבלת התורה', אזוי ווי דער תרגום זאגט אויפן פסוק (דברים לב, ו): "עַם נָבָל וְלֹא חָכָם" - "עַמָּא דְּקַבִּילוּ אוֹרַיְתָא וְלָא חַכִּימוּ", די פאלק וואס האט מקבל געווען די תורה אן קיין חכמות, נ'ב'ל' איז די ראשי תיבות ל"ב נ'תיבות, וואס איז כלליות התורה, די אמת'ע חכמה וואס אלע חכמות ווערן בטל ומבוטל אנטקעגן די הייליגע תורה, וואס ווערט אנגעריפן 'נובלות החכמה העליונה'; ווייל אין מדבר ביי מתן תורה זענען געווען גרויסע אפיקורסים וואס האבן געוואלט פארפירן די אידן זיי זאלן נישט אננעמען די תורה, און חס ושלום אויב די אידן וואלטן נישט אוועק געווארפן זייערע חכמות וואלט נישט געהאלפן די מופתים און ניסים וואס משה רבינו האט זייי געמאכט און געוויזן, זיי וואלטן געקענט אין אלעס אפלייקענען חס ושלום, נאר ישראל קדושים האבן געוואוסט דעם אמת און געגלבייט אינעם אייבערשטן; און דערפאר, ווען עס קומט 'יום טוב שבועות' ווען מיר זענען מקבל די תורה - עסן מיר מילכיגס, מיר עסן וואס קליינע קינדער עסן, קליינע קינדער האבן נישט קיין חכמות; ווייל נאר אז מען פירט זיך אן חכמות, מען לעבט בתמימות ופשיטות - קען מען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה.
על כן ליבער ..., יעצט ווען מיר זענען נאכאמאל זוכה צו מקבל זיין די תורה זאלסטו אוועק ווארפן אלע דיינע חכמות המדומות, און זאלסט זיך אויסוועלן די וועג פון תמימות ופשיטות, גיי אין די וועגן פון די הייליגע תורה ווי אזוי די הייליגע צדיקים לערנען אונז.
יעצט שבועות איז די יארצייט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דער הייליגער בעל שם טוב און זיינע הייליגע תלמידים האבן אונז געלערנט אז מיר זאלן נישט האבן מיט חכמות און חקירות, נאר גלייבן באמונה שלימה אין די הייליגע תורה און אין די הייליגע צדיקים, און חס ושלום נאכגיין די אייגענע שכל, ווייל אויב חס ושלום מען גייט נאך די אייגענע שכל און די אייגענע חכמה קען מען ווערן אן אפיקורס, מען קען קומען צו די ערגסטע זאכן, און וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה, שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלִבְלִי לְהַשְׁגִּיחַ כְּלָל עַל כְּבוֹד עַצְמוֹ רַק אִם יֵשׁ בָּזֶה כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יַעֲשֶׂה, וְאִם לָאו לָאו, וַאֲזַי בְּוַדַּאי לֹא יִכָּשֵׁל לְעוֹלָם".
איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך האב דיך זייער ליב און איך האף אז דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.