בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מכבד זיין דעם טאטן אפילו ווען ער שרייט
כיבוד אב ואם, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד, הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דעם דריטן מאל 'ששה סדרי משנה'. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משניות; משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע צרות. ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט די געוואלדיגע מעלות פון לימוד משניות וואלטן אלע געלערנט משניות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", די גאולה וועט קומען בזכות לימוד משניות; דאס איז בכלליות און אזוי אויך קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע פרטיות'דיגן גלות, בזכות וואס ער לערנט משניות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן נישט צו ענטפערן פאר דיין טאטע ווען ער שרייט אויף דיר; פון איין זייט ביסטו אזוי געטריי און איבערגעגעבן צו אים, שטילערהייט צאלסטו די רענט מיט די לעקטער וכו' און דו העלפסט מיט דיין גאנצע הארץ דיין מאמע זי זאל האבן כח ווייטער אויפצוציען די קינדער, דארפסטו אבער אכטונג געבן נישט צו זיין קיין מחוצף פאר דיין טאטע און אים נישט צוריק ענטפערן ווען ער שרייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, אבער מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; די גמרא פארציילט אז עס איז געווען א מעשה, "בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: "פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז?" האט דער זון געענטפערט מיט געשפעט: 'אלטע טאטע וואס רעדסטו אזויפיל, שווייג און עס, אפילו הונט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין', "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט דארט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז כאטשיג ער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער באקומט ער אבער שכר אויף דעם.


דאס זעלבע איז ביי דיין פאל, אז דיין טאטע איז נישט געזונט און ער קען נישט ארבעטן, ער ברענגט נישט קיין פרנסה, ער זיצט און שטוב וכו' און ער מיינט אז די משפחה צאלט די רענט, ער ווייסט ניטאמאל אז דו מיט דיין ברודער ארבעטן ביטער שווער צו דעקן חודש'ליך די רענט און אנדערע הוצאות, דארפסטו אבער אכטונג געבן נישט צו ענטפערן ווען ער שרייט אויף דיר, ווייל אז מען ענטפערט מיט חוצפה פאר א טאטע און אז מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


זע צו קומען יעדן טאג אין ישיבה צו די נאכמיטאג שיעור; איך פריי זיך יעדעס מאל ווען דו קומסט אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און דו זאלסט האבן די זכיה צו וויסן אז עס איז א זכיה צו העלפן די טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.