בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מלמד בויט כלל ישראל
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער וואס זאל ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטע מלמד; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן, אלעס גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד. א מלמד בויט כלל ישראל; די אלע קינדער גייען אויפוואקסן ערליכע אידן, אלעס בזכות דעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער אמונה; יונגע קינדער האבן אין זיך א שטארקע תמימות, זיי נעמען אריין יעדעס ווארט, די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן געדענקען זייער מלמד, עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זיי די ריינע אמונה.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דאס קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


נאך האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער מלמד רבי יעקב האט געלערנט מיט זיי נ"ך, ספר יהושע, שופטים, שמואל א', שמואל ב' און ספר מלכים ביז קאפיטל ח'; מוהרא"ש איז געווען דעמאלט א קינד פון זעקס זיבן יאר און ער פלעגט זאגן אלע יארן אז ער געדענקט יעדעס ווארט פונעם מלמד, ווייל ער האט דאס אריינגעלייגט אין די קינדער מיט א מורא'דיגע קלארקייט, מיט גאר א שטארקע אמונה. מוהרא"ש האט נאכנישט געוויסט דעמאלט פון ברסלב און אז דער מלמד איז א ברסלב'ער חסיד, יארן שפעטער ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן האט ער זיך דערוויסט אז דער ר' יעקב קאלמענאוויטש איז געווען א ברסלב'ער חסיד.


בנוגע דער קינד וואס איז דיר געקומען דערציילן אויף א צווייטע אינגל אז ער האט גערעדט צו אים נישט איידל; זאג פאר'ן קינד וואס האט דאס דערציילט: "זייער גוט אז דו דערציילסט מיר, זאלסט אלץ קומען דערציילן"; און דעם אנדערן קינד זאלסטו נעמען אין א זייט און אים זאגן ער זאל נישט רעדן אזוי, זאלסט אים זאגן די הארבקייט פון ניבול פה.


ווען דו דארפסט געבן מוסר פאר א קינד זאלסטו דאס טון אזוי ווי מען געבט מעדעצין; אזוי ווי קינדער ווילן נישט נעמען קיין מעדעצין, אזוי ווילן זיי נישט הערן מוסר. וואס טוט מען ווען דארף געבן פאר א קינד מעדעצין? עס איז שווער צו נעמען די שארפע מעדעצין, וואס טוט מען? מען געבט זיי צו טרינקען א זיסע געטראנק פארדעם און נאכדעם און אינדערמיט שמוגלט מען אריין די שארפע מעדעצין, אזוי איז אויך מיט מוסר; ווען א מלמד וויל זאגן מוסר פאר'ן תלמיד, דארף מען אנהייבן מיט שיינע ווערטער, אויסרומען דעם תלמיד, ווי טייער ער איז, ובתוך הדברים זאגט מען אים אז מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען זאגט אים די הארבקייט דערפון און מען ענדיגט מיט גוטע חיזוק, ווי חשוב ער איז, ווי טייער ער איז און ווי שיין ער וועט אויסוואקסן אויב וועט ער זיך פירן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.