בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'מוז זיך האלטן מיט אן ערליכע חבורה
חברים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


נאכ'ן דיר נישט זען אזוי לאנג און נישט הערן פון דיר האב איך זיך זייער שטארק געפריידט דיר צו זען פאריגע וואך ביים ליל שישי שיעור; אינמיטן שיעור האב איך דיר באמערקט און זיך זייער שטארקט געפריידט. איך האב געוואלט רעדן מיט דיר נאכ'ן שיעור אבער איך האב געדארפט אהיים גיין.


וויל איך דיר זאגן אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו האלטן אין א חבורה פון ערליכע אידן; עס מוז נישט זיין דוקא אונזער חבורה "היכל הקודש", אבער מען מוז האבן א חבורה פון ערליכע חברים וואו מען געהערט און וואו מען איז זיך מחזק.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען אז תלמידים קומען נישט נאך די חתונה ווייטער אין ישיבה, מען ווערט אריינגעטון אין זוכן פרנסה וכו' וכו' ביז מען קילט זיך אפ; נישט דוקא אז מען קומט נישט אין ישיבה, נאר דאס אז מען לעבט אליינס אן גוטע חברים – דאס איז נישט גוט.


דערפאר יעצט ווען איך האב דיר געזען ביים שיעור ליל שישי האב איך געהאט א מורא'דיגע שמחה, זעענדיג אז דו האסט נאך א געפיל אין רבי'ן.


איך האב דיר ליב; איך וויל רעדן מיט דיר.