בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי ממשיך מיט דיין עבודת ה'
תפילה והתבודדות, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי' וואו זי שרייבט אז איר לעבן איז אזוי זיס, ממש זי לעבט אין "גן עדן"; זי שרייבט ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב, פון דיינע מידות און פון דיין לערנען, אז כסדר מאכסטו סיומים...


געב איר איבער אז זי האט מיר ממש מחי' געווען; עס איז מיר געווען אזוי וויכטיג צו הערן עפעס גוטע נייעס נאכ'ן זיצן טאג און נאכט און הערן צרות און יסורים וואס מענטשן גייען אריבער.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין עבודת ה'; באניי זיך אין התבודדות, מאך זיך א צייט צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך. דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט דיר און בעט אים אויף ווייטער.


געב איבער פאר אלע פרישע יונגעלייט אז מיר הייבן אן א שיעור ספעציעל פאר תלמידי ישיבה וואס זענען אין שנה ראשונה וכו', איך וועל דיר איבערגעבן ווען דאס וועט זיין און דו וועסט זיין ממונה דאס צו איבערגעבן פאר זיי אלע.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


...