בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי ממשיך צוזאמנעמען געלט פאר'ן כולל
כולל, צדקה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו גיין נאך געלט פאר אונזער כולל.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין כולל זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען; זיי הייבן אן דעם טאג מיטן דף גמרא. אזוי האט מוהרא"ש אויסגעשטעלט דעם סדר היום אינעם כולל אין יבניאל, מען זאל אנהייבן מיט דעם דף גמרא, דאס לערנט מען פון צען ביז עלף אזייגער, נאכדעם לערנט מען הלכות שבת; פארמיטאג לערנט מען שכירות וקבלנות און אמירה לעכו"ם ביז איינס אזייגער, דערנאך פון צוויי ביז פיר לערנט מען די סימנים הקטנים פון הלכות שבת. אז עס מאכט זיך דיר א טאג וואס איז נישט דא קיין ארבעט איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען.


דער כולל איז מיר ווי א מתנה פונעם אייבערשטן פארן אנגיין מיט די ישיבה טראץ אלע שוועריקייטן.


יעצט האט מען צוגעלייגט נאך א לימוד פון פינף ביז זעקס אזייגער; דעמאלט לערנט מען יורה דעה חלק ב' - הלכות טהרה.


איך וויל יעצט אריין ברענגען נאך אינגעלייט וואס זאלן לערנען הלכה און גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.